פרייטאג פ' פקודי • כ"ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
די וואך מיטוואך האט זיך אנגעהויבן די קייט פון די חמשת ימי החגיגה בחצר הקודש וויען, ווען אלע תלמידים וחסידים אינאיינעם זענען מסיים א מהודר'דיגע ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לכבודו ולזכותו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, ביים מעמד סיום כתיבת האותיות בביתו נאווה קודש פונעם רב שליט"א.
דורכאויס די טאג איז געווען די געלעגנהייט פאר אלע נדיבי לב וואס האבן געקויפט א פרשה אין די ספר תורה, די נגידים בעם און רבני הקהילה ופני העדה, אריינצושרייבן אן אות אינעם נייעם ספר תורה, איבערהויפט זענען אריבערגעקומען די אלע אדמור"י ורבני עיר ואם בישראל וויליאמסבורג לכבודו פונעם וויענער רב מפארי הרבנים אין שטאט.
צווישן די פילע אדמור"י ורבני העיר האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם והרבנים מסאטמאר, פאפא, וויזניץ, דינוב, צעהלים, תולדות צבי ספינקא, קראלי, ראחמיסטריווקא, סקולען, קאשוי, יאוואזשנא, דעעש, פריימאן, קיוויאשד, נייטרא, הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג, אזוי אויך דעם רבינס ברודער כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, און מחותנו הגה"צ רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש ראש ישיבת מונקאטש.
די רב שליט"א האט מכבד געווען די חשובע אדמורי"ם און רבנים אריינצושרייבן א אות, און דערנאך מכבד געוועהן מיט כיבוד, ווי דער רב האט זיך ווארעם געוונטשן ברכות לרוב מיט די רבנים חשובים און פארפירט שיינע שמועסן בענין כתיבת ספר תורה.
אצינד גרייט מען זיך צום שבת קודש וואס איז באשטימט געווארן אלס זמן קהילה לכל, שבת התאחדות פאר כלל תלמידי וחסידי וויען, אין די פראכטפולע ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעקטיקוט וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה וחסידות פאר דעם געהויבענעם שבת, און גייסטרייכע מעמד מוצאי שבת קודש ווען מען וועט מסיים זיין די הייליגע ספר תורה.
ערב שבת וועט זיך אנהייבן די רייכע פראגראם מיט א מעמד כתיבת האותיות וואו אלע נדיבי לב וואס האבן געקויפט א פסוק אין די ספר תורה וועלן קענען אריינשרייבן א אות, אויף שבת קודש וועלן קומען גאר חשובע מגידים מפורסמים, הגה"צ ר' דניאל אלתר שליט"א ראש ישיבת פני מנחם ורב ביהמ"ד ארי שבחבורה, וועלכער קומט ספעציעל צו פארן פון ארץ ישראל אויפצוטרעטן ביים סעודת ליל שבת קודש. אויפן געזאנג פלאטפארמע וועט באשיינען דער מייסטער בעל מנגן און בדחן פון ארץ ישראל הרב ישראל אדלער הי"ו, און ווארעמע בליציגע ווערטער וועט מען הערן פונעם אורח הכבוד הרה"ג ר' מרדכי שיף שליט"א רב ביהמ"ד איגוד אברכים אין בארא פארק. מוצאי שבת קודש וועט פארקומען די צענטראלע מעמד סיום כתיבת ספר תורה, ווען דער רבי שליט"א וועט צוענדיגן שרייבן די מהודר'דיגע ספר תורה און משמיע זיין א לענגערע דרשה פאר די חסידים.
די גרויסע מעמד הכנסת ספר תורה וועט פארקומען זונטאג נאכמיטאג ברחובות העיר וויליאמסבורג, צוערשט א מעמד הכנה פאר די ילדי התשב"ר אין ביהמ"ד הגדול דקהל עדת יראים וויען, דערנאך די תהלוכה לכבודה של תורה מבית כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, דערנאך די ריקודין קדישין און מסיבת לחיים אין ביהמ"ד הגדול, און צום שלוס די סעודה לגומרה של תורה פאר די בחורי הקהילה אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א.