הויפט בלאט באריכט האד' מסאטמאר ממנה נכדו הרב חיים יעקב רוקח אלס רב ביהמ"ד קול אליהו דקהל יטב לב אין קרית יואל

האד' מסאטמאר ממנה נכדו הרב חיים יעקב רוקח אלס רב ביהמ"ד קול אליהו דקהל יטב לב אין קרית יואל

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' פקודי • כ"ז אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

קרעדיט: מערכת בצל הקודש – סאטמאר


מיט גרויס שמחה און התרגשות האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נעכטן ממנה ומכתיר געווען נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א אלס רב ביהמ"ד קול אליהו דקהל יטב לב אויף די קערעסטיר גאס אין קרית יואל.

די נייע רב הרה"ג ר' חיים יעקב שליט"א איז א זוהן פון הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א און אן איידעם ביי הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש אבד"ק ישמח משה קרית יואל, חדב"ן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע האט אויפגענומען דעם חשובן אייניקל מזה בן מזה, אלס דער איש על העדה אינעם ביהמ"ד און דינען אלס רב ומורה דרך פאר'ן ציבור מתפללים ולומדים, וועלכע וועלן נהנה זיין מאור תורתו און ווארעמע השפעה. 

ער וועט איבערנעמען דאס אמט פון זיין עלטערע ברודער הרה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז נישט לאנג צוריק אויפגענומען געווארן אלס רב אין די נייע ביהמ"ד חיים יעקב דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין שכונת עיקערס ענקלעיוו אין קרית יואל.

ביים ענגע מעמד התמנות בקודש פנימה האבן זיך משתתף געוועהן די רבנים חשובים, די זיידע הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א, הגה"צ אבד"ק ישמח משה שליט"א, און הגה"צ אב"ד קאזלאוו מאנסי שליט"א ווי מען האט ארומגערעדט איבער די כח הרבנות פאר די צווייטע וועלט מלחמה, און בפרט אין שטאט סאטמאר און פאפא. 

מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראשי הקהילה אין קרית יואל, דער רבי האט געטריקנען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נייעם רב הביהמ"ד הרה"ג ר' חיים יעקב שליט"א, פאר די חשוב'ע רבנים שליט"א, און די הנהלת ועסקני הביהמ"ד.

אין די קומענדיגע וואכן ווערט געפלאנט א מעמד "הכתרה" פאר'ן נייעם רב, אינעם ביהמ"ד קול אליהו, מיט'ן פערזענליכן השתתפות פונעם סאטמארער רבי וואס וועט מפאר זיין על ראש שמחתו ושמחת עדת צאן מרעיתו תושבי השכונה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00