2
דאנערשטאג פ' פקודי • כ"ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן (מיטוואך) נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בלומינגראוו בגלילות קרית יואל וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט ביי די גיגאנטישע דעוועלעפמענט וואס ק"ק סאטמאר האט נישט לאנג צוריק איבערגענומען פון קהל תורת חיים וויזניץ וויליאמסבורג – שכונת "פראספעקט גארדענס", דער רבי האט זיך א לענגערע צייט ארומגעדרייט ברחובות קריה און באטראכט די פילע דירות וואס זענען שוין פולקאם גרייט און די פרישע דעוועלעפמענטס פאר נאך דירות וואס ווערן געבויעט פארן היימישן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר, און דערביי געהערט א דעטאלירטע באריכט פון די עסקנים איבער די ווייטערדיגע פלענער להרחיב גבולי הקודשה.