הויפט בלאט באריכט ליכטיגע ימי הוד פאר חסידי אלכסנדר ביי מעמדי חנוכת הבית און הכנסת ספרי תורה צום נייעם אלכסנדר שטיבל אין בארא פארק

ליכטיגע ימי הוד פאר חסידי אלכסנדר ביי מעמדי חנוכת הבית און הכנסת ספרי תורה צום נייעם אלכסנדר שטיבל אין בארא פארק

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' פקודי • כ"ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי, JDN


בקול רנה ותודה המון חוגג האבן הונדערטער חסידי אלכסנדר זוכה געווען ממשיך צו זיין די ימי הוד נאכן געהויבענעם שבת התאחדות ביי די קייט פייערליכע מאורעות פון "הכנסת ספרי תורה" און דערויף די חגיגה רבתי "חנוכת הבית" פונעם נייעם בית החסידים אמרי מנחם בעיר ואם בישראל בארא פארק וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיט עקזסטאזליכע שמחת הלבבות למחרתו פונעם גרויסן שבת, אינעם הויכפונקט פונעם לענגערן ביקור קודש דורך כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א אין שטאט בארא פארק.

במעמד קהל רב פון פילע תושבי העיר, ובפרט די גאנצע קהלה קדישא עדת חסידי אלכסנדר אין ניו יארק, און פילצאליגע געסט חסידי אלכסנדר פון איבער די וועלט, איז געפייערט געווארן דער מעמד הוד, בראשות פון מערערע אדמורי"ם ורבני העיר ואישי הציבור, צווישן זיי האדמורי"ם מטשערנאביל, סערדאהעלי, וויזניץ בארא פארק, אמשינאוו, פאלטיטשאן, הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק, אב"ד נטעי גבריאל, הגה"צ רבי לייבל וויליגער ראש ישיבת תורה ודעת און נאך.

דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א געהויבענע חגיגת "הכנסת שני ספרי תורה" וואס איז אריינגעפירט געווארן צום בנין החדש, בנדבת משפחת טיבערג, ווען אין די נאכמיטאג שעות איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הרה"ח ר' משה אהרן טיבערג הי"ו גבאי פונעם שטיבל, וואו די רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיים און דאן ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר, ווען בקול רינה והמון חוגג, האבן פילע תושבי העיר באגלייט די נייע ספרי תורה בחוצות העיר ביז'ן בנין החדש. דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די הקפות און איז באזונדער געטאנצן מיט די ברודער'ס כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר קליוולאנד שליט"א און הרה"צ רבי יחיאל דאנציגער שליט"א, און דערנאך א טאנץ מיט די משפחת המלוכה אייניקלעך פון אביו הרה"ק בעל אמרי מנחם מאלכסנדר זצוק"ל, אויך איז דער רבי געטאנצן מיט די רבני הקהילות, ראשי הישיבות, און תורמי ועסקני בית אלכסנדר די בכל אתר ואתר.

נאך די ריקודין האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און די ילדי תשב"ר האבן הארציג פארגעזונגען ניגוני דביקות והודאה, דאן האט די רבי פארגעזאגט "לדוד מזמור", מען האט געליינט די קריאה 'פון מעונה' און נאכן גולל זיין די ערשטע ספר תורה האט מען געליינט די קריאה פון 'בראשית' אין די צווייטע ספר תורה, ווי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א איז מכובד געווארן מיט הגבהה.

עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודה לגומרה של תורה, און די חגיגת "חנוכת הבית", קאמבאנירט מיט די סעודת הילולא פון הרה"ק בעל 'אמונת משה' מאלכסנדר זי"ע וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי'. אנהייב פונעם מעמד איז פארטיילט געווארן פאר אלע משתתפים א נייע ספר 'מנחת יוסף' אויף חומש שמות ארויסגעגעבן דורך די רב הקהילה הגה"צ רבי יוסף ארנסטר אבד"ק אלכסנדר בארא פארק, און א נייע קובץ תורני 'ישמח ישראל' וואס איז ערשינען לכבוד המאורע.

א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן און די קאפעליע אין שפוץ פון בארימטע בעלי מנגנים האבן מהנה געווען מיט פאסיגע ניגונים ושירי הודאה לכבוד המאורע, דער מעמד איז אנגעפירט בטוב טעם ודעת דורכ'ן יושב ראש הרב יעקב ראזנבערג הי"ו וועלכע האט געעפענט די מעמד, און דערנאך איז אויפגעשפילט געווארן א פרעזענטאציע ווי די מתפללי וחברי הביהמ"ד דרוקן ארויס זייער געפילן און די מעלות פונעם שטיבל במשך די יאהרן.

דאן האט מען מקבל געווען פני קדשו פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט זיך געוואשן צום סעודה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און ניגוני הילולא, די רבי האט טועם געווען פון די מאכלים און פארטיילט שיריים, דאן האט דער רבי משמיע געווען מדברות קדשו, און דערנאך האט מען געהערט די דרשת נואם הכבוד דורכ'ן אורח הדגול הגה"צ רבי אהרן שיף שליט"א גאב"ד אנטווערפען, וועלכער האט מיט פאסיגע דיבורים ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די מאורע, און ארומגערעט בשבח בית אלכסנדר בכלל און בפרט די בתי מדרשים, דערנאך האט מען געהערט א דרשה פונעם רב הקהילה הגה"צ רבי יוסף ארנסטר שליט"א, און ווארימע ווערטער פון הרבני הנגיד רבי מאיר פישל הי"ו וועלכע איז דערביי געשענקט געווארן מיט א מתנה, גאר ווערדפולע חפצי קודש פונעם פריערדיגן אלכסנדר רבי'ן דער בעל אמרי מנחם, כאות הכרת הטוב.

צום שלוס פונעם מעמד האט די רבי געבענטשט על הכוס, און דערנאך פארטיילט זמירות פאר די נדיבים ותומכים וואס האבן בייגעשטייט גרויסע סכומים לטובת די אויפבוי פונעם שטיבל לאות הוקרה והערכה, עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען דער ציבור האט זיך געשיידט מיט לעכטיגע געפילן נאכ'ן זוכה זיין מיטצולעבן די אומפארגעסליכע איבערלעבעניש פון הרחבת גבולי הקדושה בקורות בית אלכסנדר.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00