הויפט בלאט באריכט פְּאַת רֹאשְׁכֶם • שמחת החאלאקע לנכד האד' מדאראג אין אתרא קדישא מירון

פְּאַת רֹאשְׁכֶם • שמחת החאלאקע לנכד האד' מדאראג אין אתרא קדישא מירון

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' בשלח • ה' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלימלך גרסטל, JDN


דעם שבת פ' בא האט כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א געוויילט אין אתרא קדישא מירון, פרייטאג ערב שבת נאך חצות איז דער רבי ארויף צום ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואו דער רבי האט מתפלל געווען לישועת הכלל והפרט, און דערנאך איז פארגעקומען אינעם חצר המערה די שמחת החאלאקע פון עטליכע חסידים צווישן זיי א איר אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א אייניקל ביי חתנו הרה"צ רבי ישראל פאנעט שליט"א , א זוהן פון זיין איידעם הרב משה בלויא שליט"א, דער רבי האט אפגעשוירן דאס קינד און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים וואו מען האט געזינגען ניגוני מירון.

שבת האט די רבי אפגעראכטן במעון קדשו אין מירון מיט די בני המשפחה, מוצאי שבת נאך מלווה מלכה איז דער רבי ווידער ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט א גרויסע קבוצה חסידים וואס האבן געוויילט אויף שבת אינעם אוגעגענט.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00