דאנערשטאג פ' נצבים • כ"ה אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
אייגנארטיגע באזוך פון המשגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א וואו די צוויי גדולי ישראל האבן קאמיוניקירט בכתב, היות דער משגיח שליט"א איז שרוי בתענית דיבור כמנהגו אום גאנץ חודש אלול.
האדמו"ר מוויזניץ ירושלים אויפן וועג אראפ צום עראפלאן, ריינזדיג קיין ארה"ק אויף די ירח האיתנים.
ביים עוסק זיין בלימוד התורה אויפן פליגער.
האדמו"ר מדושינסקיא ווערט געזעהן אינעם אויטא פונעם בעל מנגן הרה"ח ר' מרדכי גרינוואלד הי"ו מחשובי חסידי דושינסקיא אין לאנדאן, אונטערוועגנס קיין אנטווערפען וואו דער רבי איז ספעציעל אראפגעפארן צו באזוכן ביי האדמו"ר מפשעווארסק.
פריוואטע אויפנאמע בביתו נאווה קודש פון האדמו"ר מבאבוב לכבודו פון הרבני הנגיד ר' ישראל אלכסנדר ענגלענדער הי"ו עמוד התווך פון קהילת ומוסדות באבוב אינאיינעם מיט עטליכע ביזנעס שותפים, וואו דער רב שליט"א האט מזכה געוועהן די נגידים מיט סכומים אדירים לטובת די מקוה טהרה אין שטאט לינדען נאכן אפקויפן דעם זכות שם הבנין לע"נ אמו הרבנית מבאבוב ע"ה.
האדמו"ר מתולדות אהרן איז זיך משתתף ביים שמחת החאלאקע פארן זוהן פונעם איש החסד הרב יענקי שישא בשילוב מיטן שמחת שבע ברכות פון בתו הכלה פארגעקומען אין אתרא קדישא מירון.
הרה"צ ר' יואל ראטה שליט"א ראש ישיבת תפארת התורה ברסלב אויפן פליגער קיין אומאן לקראת ראש השנה, ארומגענומען מיט תלמידים.
האדמו"ר מקאליב באזוכט במעונו פון האדמו"ר מסקווירא. דעם מוצאי שבת האט דער קאליבער רבי אויך מיטגעהאלטן די סליחות ראשונות בחצר הקודש סקווירא.
הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו מעסקני ק"ק סאטמאר בארא פארק אין א שמועס מיט הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א נאכן ערשטן בחינה אין ראם פון תורתך שעשועי אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין בארא פארק.
הרבני הנגיד ר' יונתן מענצער הי"ו ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מישועת יעקב סקולען נאך די סליחות ראשונות אינעם נאסטאלגישן סקולענער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
אינעם יערליכן ראפפעל דורך מוסדות וויזניץ קייאמישע מערקט "קרישקעס" צווישן די זוכים בגורל האדמו"ר מסקולען מאנסי.
דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער הי"ו ביים ערהאלטן א ברכה צום נייעם יאהר פון האדמו"ר מסאטמאר נאכן מהנה זיין ביי א חופה די וואך אין קרית יואל.
שיין בילד פון גאב"ד מאקאווא ביים מיטדאווענען תפילת מעריב אינעם מנין בביתו נאווה קודש פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק.
די הערליכע פארשטעלונג ביים כינוס חסידי באבוב בארה"ק, איבער די היסטאריע און קורות ימי באבוב אין ארץ ישראל.
טעימה קלה פון א' סליחות אין גרויסן גערער ביהמ"ד אין ירושלים בצל הקודש פון האדמו"ר מגור.
הגאון הגדול רבי יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא ביים ענפערן שאלות בעניני רפואה והמסתעף ביים כינוס הלכה רבתי בהלכה ורפואה פאררופן דורכן בארימטן מכון "המדריך להוראה" בנשיאותו פונעם דיין.
האדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג ביים שענקן א סידור הבעש"ט מיט א הקדשה בכתב ידו, פאר הנגיד בנש"ק הרב יוחנן טווערסקי הי"ו כאות הוקרה פאר זיין פאנטאסטישע נדבה לטובת די נייע ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
הרה"צ ר' שלום אונגער שליט"א בן האדמו"ר מבאבוב 45 מערקט "קרישקעס" גייענדיג צו סליחות דעם זונטאג באשמורת הבוקר.
מוסטערהאפטיגע סיסטעם איינגעשטעלט אין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים צו לינדערן די פארקער ביים קאווע שטוב.
האדמו"ר מקאליב איז מתפלל ביים ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי.
לעצטע הכנות אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק זיך גרייטנדיג צום פתיחת שערי הביהמ"ד דעם יו"ט ראש השנה.
די ברודער האדמור"ים מטשערנאביל אין לויעוו טשערנאביל בסוד שיח ביי א שמחה די וואך.
באש יוקדים: שמחת חתן ביים חתונה די וואך בבית מירון – מחשבת הלוי אין בני ברק.
האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ווערט געזעהן בנאות דשא אין די קאנטרי וואו דער רבי האט געוויילט פאריגן שבת אויף אפרוה.
הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי ברסלב ביים אראפשטייגן דעם פליגער זייענדיג אונטערוועגנס אויף ראש השנה קיין אומאן.
שבת אחים גם יחד: די ברודער האדמור"ים מבאטאשאן פון בני ברק און בארא פארק אין א ברודערליכע טאנץ מיטן גדול האחים הגה"צ רבי סיני מאיר פרענקל גאב"ד יבניאל ביי די חתונה פון אן אייניקל די וואך.
האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן באזוכט ביי הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס נשיא ישיבת תורת חסד אין לאנדאן לברך ולהתברך בברכת השנים.
הרב דוד קלצקין הי"ו ראש החברה קדישא חסידים אין ירושלים באקאנט אלס דער "בעל השגחה פרטית" גרייט זיך צו סליחות אין די מאה שערים שטיבלעך, מיטן נוסח ימים הנוראים בקולו הנעים.
האדמו"ר מצאנז זמיגראד פון אנטווערפען אויף א שפאציר בנאות דשא אין די שטילע גאלדערס גרין געגענט אין לאנדאן, וואו דער רבי האט געוויילט אויף א קורצע באזוך פאריגע וואך.
ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א אין א תורה'דיגע שמועס בריתחא דאורייתא מיט תלמידו הגאון ר' מרדכי אייזנער דומ"ץ חסידי גור אין גאלדערס גרין לאנדאן, און הגאון ר' הערשל שנעק דומ"ץ סאטמאר לאנדאן.
דער "סטאפ ארדער" ביים ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג וואו מען האט אונטערגענומען מאסיווע רענאוואציע להרחיב גבולי הקדושה. אדאנק די ריכטיגע שתדלנות דורך די עסקנים אין די קהילה האט מען ב"ה קורצליך דערויף באוויזן צו אנולירן דעם סטאפ ארדער.
תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם: שיינעם מחול לצדיקים ביים חתונה די וואך בחצה"ק ביאלא בית שמש, צווישן די קינדער פון האדמו"ר בעל להבת דוד מביאלא זצ"ל, האדמו"ר מביאלא בני ברק, דער בעל שמחה האדמו"ר מביאלא בית שמש און דער שוואגער האדמו"ר משידלובצא.
שלוחי דרבנן הרב מאיר פרוש הי"ו בקודש פנימה ביי האדמו"ר מצאנז לברך ולהתברך בברכת השנה.
הרה"ג ר' שלמה זלמן פריעדמאן שליט"א אבד"ק סאנטוב ביים דרשת א' סליחות בבית מדרשו אין לעיקוואד, אנגעטוהן מיטן טלית פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע און דער גארטל פון הרה"ק מטאהש זי"ע, לעורר זכותם פון די הייליגע צדיקים.
הרב חיים אהרן קאופמאן יושב ראש ועד הישיבות איז מקבל ברכת קדשו פון האדמו"ר מצאנז צום נייעם יאהר, בעת די זמני כניסה אין ירושלים עיה"ק.
הרבני הנגיד ר' מיכל ראזנבערג הי"ו פון מאנטריאל ביים שלום נעמען פון הגה"צ רב יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא נאך די סליחות ראשונות דעם זונטאג אין בארא פארק.
די מולטי מיליאן דאלער׳דיגע פראיעקט איבערצומאכן די גאסן אין קרית טאהש הערליך פארענדיגט לכבוד יום טוב.
האדמו"ר מצאנז באגריסט הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א ארויסקומענדיג פונעם באזוך ביי האדמו"ר מבעלזא.
דעם מוצאי שבת איידער מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג קיין לאנדאן, האט באזוכט ביים ראש הישיבה דער באפרייטער אסיר ציון הב' רפאל יצחקוב וועלכע האט זוכה געוועהן אז דער ראש הישיבה האט איהם באזוכט אין טורמע.
מאסיווער טרעפיק פון צענדליגער באסעס אויף די ירמיהו גאס אין ירושלים עיה"ק פארנט פון ביהמ"ד הגדול גור, דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש א' סליחות, ווען צענדליגער טויזנטער חסידים זענען געקומען צופארן צו זאגן דעם ערשטן סליחות בצל הקודש.
די הכנות צום יערליכן "שבת התרוממות" אין מירון פאר די הונדערטער עסקנים, נדיבי לב וידידים פון די "רופא חולים RCCS" ארגאניזאציע, בראשות המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א.
חבר הכנסת הרב משה גפני הי"ו בקודש פנימה ביים ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא זיך דורכצושמועסן בענינים העומדים על הפרק.
המקובל הגאון רבי יעקב עדס שליט"א ווערט געזעהן ביי א ברית די וואך במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א.
באגריסונג מטעם חצר הקודש שומרי אמונים אין בני ברק לכבוד קהל שומרי אמונים אין ירושלים נאך די געהויבענער ימי השמחה צווישן ביידע הויפן.
מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות איז טעלאפאניש מנחם אבל, זיין פלאמעניק ר' אורי מאצנער הי"ו היושב בעמק הבכא נאך די טראגישע פטירה פון זיין זוהן האברך החשוב ר' ישראל מאצנער הי"ד וועלכע איז געוועהן צווישן די זעקס קרבנות וועלכע זענען ליידער טראגיש אומגעקומען אינעם שרעקליכער אראבישער טעראר אטאקע וואס האט פּאסירט די וואך אין ירושלים עיה"ק.
מעמד קביעות מזוזות דורך האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים אויפ'ן נייעם פריוויזארישן ביהמ"ד דקהל חסידי ירושלים אין הר יונה, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן מיט גרויס פלאג און מי נאך פילע שטערונגען מצד די רעגירונג אינסטאנצן, און איז באנייעט געווארן די וואך לשמחת לב חסידי ירושלים של מעלה.
ויבך שמה: דראמאטיש בילד ווי הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, ביי זיין באזוך אין לאנדאן די וואך למען קרן עולם התורה ברעכט אויס אין געוויין בשעת דער יו"ר המסיבה האט געשילדערט די שווערע גזירות גיוס וואס הויערט אויף די בני תורה אין ארץ ישראל
ואגדלנו בתודה: גרויסער 'דאנק טאוול' אין חצה"ק פשעווארסק מיט די נעמען פון די נדיבים ובונים הבנין, וועלכע האבן א חלק און אויפבויען דעם נייעם גרויסן פשעווארסקער ביהמ"ד אין אנטווערפן.
הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא פארברענגט מיט הגה"צ רבי יעקב אלי' אונדסדארפער אבד"ק ראשית חכמה ביי א שמחה פאריגע וואך אין שטאט מאנטריאל.
נסיעה רוממה דורך א גרופע תלמידי המתביתא "מאור יוסף" דשיכון סקווירא קיין קערעסטיר אין שפיץ פונעם אויפגייענדע שטערן דער יונגער משפיע בנש"ק הרב שם שלום רוקח שליט"א פון לאנדאן.
די הוראת הקודש פון האדמו"ר מבעלזא פאר די חסידים אין אשדוד אמבאלאנגט זאגן סליחות באנאכט נאך חצות הלילה, אין צוגאב צום מנין סליחות באשמורת הבוקר.
המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב מערקט "קרישקעס" אין די קענעדי לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל נאך א קורצע באזוך פאריגע וואך אין ניו יארק.
דער בארימטער עסקן ר' דוד כץ הי"ו מערקט "קרישקעס" אין א באגעגעניש מיט האדמו"ר מסלאנים ביים מערת המכפלה אין חברון.
האדמו"ר מגור ערשיינט נעכטן מיטוואך צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים נאך א צייט אפשניט פון 6 וואכן וואס דער רבי איז נישט אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה צוליב זיין מצב הבריאות.
בין גברא לגברא: האדמו"ר מצאנז ביים אריינכאפן עטליכע פרייע מינוט אריינקוקן אין א חסידיש ספר צווישן איין קוויטל און דעם אנדערן.
דער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' משה גאלדשטיין הי"ו ערהאלט אן עפל פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק נאכן מעמד "לשנה טובה" דורך ראשי והנהלת מוסדות בית לפליטות.
כתבנו בספר החיים: די משמשים בקודש ביי האדמו"ר מוויזניץ ביים שרייבן קוויטלעך פאר די חסידים בעפארן איינגיין להיזכר לטובה אין די יעצטיגע ימי הרחמים והסליחות.
האדמו"ר מקראלי און הגה"צ אבד"ק קראסנא ביים קביעת מזוזה אינעם נייעם אפיס און שאו רום פון די סי. ען. סי. קעבעניט פירמע אין וויליאמסבורג.
מכתב המלצה פון הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען לטובת די "זכרנו לחיים" קאמפיין וואס איז אונטערגענומען געווארן אין די טעג, צו העלפן פארזיכערן די רעטונג פון א איד וועלכער זיצט אין א תפיסה אין איראק אונטער גאר שווערע אומשטענדן, און יעדן איינציגסטן טאג איז ער אונטער א סכנה ארויסגעפירט צו ווערן צו דער תלי', רח"ל.
הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א אין א פריינטליכע שמועס מיט הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא גאב"ד קהילת שומרי הדת אין אנטווערפען ביי א שמחה די וואך.
די ראשי חב"ד אין אטלאנטא באזוכן ביים ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר וואס איז געוועהן צוגאסט אין שטאט צום גייסטרייכן "שבת חברותא".
לראות את עצמו: ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר ערהאלטן דעם נייעם ספר עלי דשא מדברי תורתו אויף חודשי אלול תשרי, ערשינען אין א נייע מהדורה אויף די ענגלישע שפראך.
די הארציגע דיבורים פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ביים מסיבה דורך האחים הנגידים פרישוואסער אין לאנדאן לטובת דער קרן עולם התורה.
העסקן הרב מאיר פרוש הי"ו האלט אפ א מנין סליחות פארנט פונעם שטוב פון די מדינת ישראל אטוירני דזשענעראל אין תל אביב, אלס מחאה קעגן די אנגייענדע רדיפת הדת אין ארץ ישראל.
האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן ביים שמחת הבר מצוה און לאנדאן פון נכד הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא.
ריזיגע קוואנטומען מילך אנגעקומען צום ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא לקראת די ירח האיתנים, ווען רבבות חסידים דרייען זיך דורך אינעם ביהמ"ד הגדול.
********
א ברכת מזל טוב פאר העסקן און איש החסד הר"ר יעקב אליעזר שישא הי"ו פון די בארימטע 'טוב וחסד' ארגאניזאציע, לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה די וואך מיט החתן זון פונעם בעל מנגן ר' מאיר סטאריק הי"ו מראשי המשוררים בחצה"ק תולדות אהרן. א ברכת מזל טוב לכבוד הרה"ח ר' יעקב אליעזר כהן הי"ו משב"ק האדמו"ר ממונקאטש לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן למזל טוב.