דאנערשטאג פ' בלק • י"ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
די פראכטפולע רעזארט ביים וואסער אין קארמעל – קאליפארניע, וואס דינט אלס אכסניא פון האדמו"ר מסקווירא און די סוויטע מקורבים און בני המשפחה.
הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון באדאנקט דעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א פאר דעם שיינעם באזוך די וואך אין ישיבה וואס האט איבערגעלאזט הויפנס מיט חיזוק פאר די מרביצי תורה און תלמידי הישיבה.
הרב שלמה באכנער מנהל ומייסד ארגון בוני עולם בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסאטמאר מקבל צו זיין ברכת הקודש לקראת דעם בעפארשטייענדן קאמפיין, און לכבוד די אויסברייטערונג פונעם בוני עולם אפיס אין קרית יואל.
דער בארימטער חזן ר' ישראל אדלער הי"ו איז מקבל ברכת קדשו פון האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ביים כותל המערבי, לכבוד די חתונה פון א קינד.
הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מפשעווארסק באשיינט די מעמד החומש סעודה אינעם שטאטישן חדר אין די נייע חרדישע יישוב קענווי איילענד נעבן לאנדאן.
הגה"צ ר' לייבוש ראבינאוויטש שליט"א רב דקהל שערי מרדכי מאנטשעסטער בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל און איידעם ביי הגאון רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפען באזוכט ביים פעטער מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך איינצולאדענען צו די חתונה פון א אייניקל.
פנים חדשות: חסידי סערט וויזניץ זענען די וואך ערשטוינט געווארן צו זען ווי האדמו"ר מסערט וויזניץ איז ערשינען אין א נייעם אויסזען אנדערש ווי מען איז געוואוינט. ביז היינט פלעג דער רבי גיין מיט זיינע פאות ארום די אויערן – ווי זיין טאטע, כ״ק אדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל האט זיך נוהג געוועהן. די וואך, איבערראשנד, איז דער רבי ערשינען מיט די פאות געקרייזלט כמנהג חסידים.
האדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל אין א ריקוד מיט החתן ר' ברוך רוקח הי"ו משב"ק האדמו"ר מסטאניסלאוו ביי זיין חתונה די וואך.
האדמו"ר מתולדות מרדכי וויזניץ ביי די חתונה די וואך בבית משפ' שטיינמעץ אין א ריקוד מיט די יתומים פון המנוח הרה"ח ר' מענדיל שטיינמעץ ע"ה.
הרה"צ ר' ירחמיאל יוסף בידערמאן מלעלוב באזוכט בהיכלו פון המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א אין טבריה.
סותר על מנת לבנות: די העפטיגע בוי ארבעט ביים נאסטאלגישן פשעווארסקער ביהמ"ד אין אנטווערפען להרחיב גבולי הקדושה.
הרב מנחם לאנדא הי"ו נכדו חבירו ונאמן ביתו פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי האדמו"ר מצאנז איינצולאדענען צו די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר היינטיגן דאנערשטאג אין בני ברק.
האחים האדמור"ים מראחמיסטריווקא פון לינדען און אוקענוויין אויף א באזוך אין שטוב פונעם לעגענדארע משב"ק בבית ראחמיסטריווקא הרה"ח ר' שמעון גרינוואלד הי"ו בעפאר די לוויה פון הרה"ח ר' יוחנן וואזנער ז"ל גבאי ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק.
דער בארימטער בעל מנגן ר' מאטי שטיינמעץ איז מהנה מיט זיין זיסע שטימע ביי א חתונה פון א יתום אין בית שמש בנוכחותו פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.
הנגיד החסיד בנש"ק ר' בנציון פרישוואסער הי"ו פון לאנדאן מגדולי תומכי ומחזיקי תורה זיצט אין עקאנאמי, אויפן פליגער קיין ארץ ישראל מנחם אבל צו זיין חתנו הרה"ג ר' מרדכי אייזנער דומ"ץ חסידי גור גאלדערס גרין.
האדמו"ר מזוטשקא איז מעיין אין א קוויטל וואס זקינו כ"ק אדמו"ר בעל נחל יצחק מזוטשקא זצ"ל האט געשיקט צו כ"ק אדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל, געברענגט צום רבי'ן דורך איינע פון די חסידים בשעתן סעודת הילולא פונעם זוטשקא רבי'ן ז"ל.
דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א באזוכט ביים נארוואס איינגעשוואוירענער אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין פראנקרייך, טשארלס קושנער בעת זיין מסע חיזוק צווישן די ספרדישע קהילות אין ניו יארק.
גאב"ד מאקאווא איז מתפלל א תפילה חרישית ביים אפענעם קבר פון אחד מתלמידי אביו בעל עטרת משה ממאקאווא, איידער די מעמד הקבורה.
המקובל הגאון רבי יצחק כהן שליט"א בקודש פנימה ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך וואו ער האט געבענטשט דעם גאון בברכת כהנים.
וויכטיגע זיצונג במעונו פון הגאון הגדול רבי מלכאיל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד צו שתלדן פארן באפרייאונג פונעם ערליכן בן תורה פון ביהמ"ד גבוה, וואס איז ארעסטירט געווארן צוליב אן אויסגעטראכטע בלוט בלבול, ביים אסיפה זענען געוועהן אנוועזנד דער לעיקוואד מעיאר רעי קאלס, אין צוגאב צו די עטליכע הויכראנגיגע פאליציי קאמיסארן און לאקאלע עסקנים.
האדמור"ים מצאנז און סלאנים אין א באגעגעניש ביי א משפחה שמחה די וואך אין שטאט בני ברק.
דער ספרדישער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א איז עוסק בתורה אויפן פליגער קיין ניו יארק, וואו ער איז די וואך אנגעקומען אויף א ביקור חיזוק, דאס ערשטע באזוך אלס ראשון לציון.
האדמו"ר ממשכנות הרועים טאנצט מיט אן אייניקל בשמחה גדולה ביי זיין חומש סעודה אין תלמוד תורה "זרע קודש" אין עיה"ק ירושלים.
המקובל הגאון רבי דוד קוק שליט"א בליקט אריין אין א היסטארישן בריוו פונעם הייליגן חזון איש אין וועלכן דער גאון פרואווט איבערצייגן דעם משגיח הגאון רבי יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל ארויפצוקומען קיין ארץ הקודש.
האחים האדמור"ים מראחמיסטריווקא פון בארא פארק און לעיקוואד באגריסן זיך ביי א משפחה שמחה די וואך.
נאסטאלגיע: האדמו"ר מבוהוש אלס יונגערמאן ביי אן עצרת מחאה קעגן חילול קברים אין שטאט יפו.
הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו מכובד מיט ברכה אחריתא ביים מעמד החופה פון מקורבו החתן משה יעקב ווייס הי"ו אין בני ברק.
האדמו"ר מאלכסנדר בארא פארק איז מתפלל על קברי אבותיו אויפן בית החיים אין שטאט ווארשא – פולין.
האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק ביים אונטערהאלטן די צאן קדשים אין כלל ישראל'ס שוהל אין וואודבארן בנשיאותו.
האדמו"ר מסאטמאר איז זיך מפלפל בלימוד התורה מיט די בחורי חמד ביים באזוך די וואך אין די סאטמארער ישיבה קטנה אין שטאט מאנסי.
דער בעל מנגן בנש"ק הרב מאיר אדלער און דער בארימטער חזן ר' איטשע מאיר העלפגאט הי"ו מערקט "קרישקעס" במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך ביים מהנה זיין דעם גאון ביי א פריוואטער מאורע די וואך.
האדמו"ר מזוטשקא אמסנא – לאנג יעריגער שדכן, טרעט אויף ביים אסיפה רבתי לעניני שידוכים אפגעהאלטן געווארן אין ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ אין בני ברק פאררופן דורך ארגון "מהרה ישמע" דחסידי וויזניץ פאר עלטערן מיט קינדער און די יארגענג פון שידוכים.
האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים טאנצט מצוה טאנץ ביי די חתונה פון נאמן ביתו החתן משה יעקב ווייס הי"ו אין בני ברק.
מיטן פארצייטישן חן: בדחנא דמלכה ר' ברוך מרדכי פרענקל הי"ו ביים אויפרופן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק צו מצוה טאנץ ביי די חתונה פון אן אייניקל אין בני ברק, אנגעטוהן מיטן פארצייטישן שטריימל אויף וואס דער רבי טוט כסדר מעורר זיין די חסידים.
די יונגער פאטאגראפירער בחצרות הקודש הב' איתי קצב ביים ערהאלטן א ברכה פונעם ראש הישיבה הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א נאך אן אסיפה די וואך במעון תורתו.
האדמו"ר מפשעווארסק זאגט פאר די שבע ברכות ביי די חתונה פון החתן אן אייניקל פון איש אמונו הרה"ח ר' חיים העניג הי"ו משמש בקודש ביי הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע מיט די כלה א טאכטער פון נאמן ביתו הרה"ח ר' מרדכי פאמעראנץ הי"ו.
שווה כסף? האדמו"ר מצאנז ביים בודק זיין דעם קידושין רינגל דינענדיג אלס מסדר קידושין ביי א חופה די וואך.
ביים שמחת התנאים פון החתן זוהן פון הרה"ח ר' מרדכי דוד שנייד הי"ו משב"ק האדמו"ר מבאיאן וואס איז פארגעקומען אין בארא פארק, ווערט געזעהן הגה"צ רבי מרדכי שלמה ברייאר אבד"ק באיאן ארה"ב ביים מיטהאלטן די שמחה.
בחורי חמד חסידי צאנז באלאגערן דעם אהל הק' פון הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע בעת דער עלייה לציון בראשות האדמו"ר מצאנז למחרת ההילולא וואס איז אויסגעפאלן שבת.
ווי קומט מען דורך שווערן צייטן? ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט״א, טרעט אויף פאר די בחורים פון ישיבת "אור אלחנן" אין טבריה, וועלכע זענען ספעציעל געקומען קיין בני ברק צו באזוכן בהיכלו פונעם ראש הישיבה.
תלמידים פון ת"ת שאגת ארי' לעיקוואד באזוכן בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל וואו דער רבי האט משמיע געוועהן דברי חיזוק פאר די צעירי הצאן.
הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר ביים מקיים זיין די זעלטענע מצוה פון שילוח הקן אויף די ירושלימער געסערליך (קרעדיט: שלומי טריכטער)
דער ראש הישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער ביים אושען קאונטי טורמע אויף פארהאנדלונגען מיט די פאליציי און פאליטישע באאמטע אין ליכט פונעם ארעסט אויף א חשובן יונגערמאן מתלמידי הישיבה.
בית מדרש גבוה אין לעיקוואד מיט א היסטארישער סטעיטמענט קעגן די לעיקוואד בליט בילבול ארעסט קעגן א ישיבה תלמיד.
די רבישע שטוהלן גרייט צום גרויסארטיגן וויזניצער סיום די וואך אין די המספיק רעזארט אין שפיץ פון די ברודער האדמור"ים לבית וויזניץ.
שיחת מרעים: האדמו"ר מקאסוב אין א שמועס מיט ידידו ורעו הגה"צ ר' מרדכי אייזן אבד"ק ליזענסק אויף די שטילע גאסן פון בארא פארק.
האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים באשיינט די מעמד הכנסת ספר תורה די וואך לבית מדרשו פונעם שווער האדמו"ר מבאסטאן אין שטאט ביתר.
התרגשות'דיגע באגעגעניש צווישן הגה"צ רבי ישראל ברזובסקי אבד"ק סלונים ביתר, בן האדמו"ר מסלונים מיטן משפיע הרה"צ רבי חיים ווערנער שליט"א פון די נאנטע תלמידים פון הרה"ק בעל נתיבות שלום מסלונים זצ"ל.
הגה"ח המשפיע ר' יוסף חיים גרינוואלד ווארט אפ מיט הכנעה'דיגע התבטלות מורו ורבו האד' מסאטמאר ארויסקומענדיג פונעם חומש סעודה בקרב המוסדות אין מאנסי.
אינעם קרית יואל'ע תורה-פעסטונג "מבצר הכוללים" האט מען מוסיף געווען דעם אריגינעלן שם הנדבן "בנין שלום ווייס", הרה"ח ר' שלום ווייס הי"ו פון מאנסי, וועלכער האט דאס אריגינעל מנדב געווען לזכות אביו הרה"ח ר' יושע ע"ה.
הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א באזוכט אין די "גליק ביסטוק" וויין-קעלער אין איטאליע וואס שטייט אונטער די השגחה פון מחזיקי הדת אנטווערפען.
הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו פון לאס אנדזשעלעס מערקט "קרישקעס" ביים מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה "זרע קודש" על טהרת הקודש וואו ער איז געוועהן א זיידע פון איינע פון די חתני המקרא.
האדמו"ר מבערגסאז מערקט "קרישקעס" אינעם גרויסן צאנז-קלויזנבורגער ביהמ"ד אין בארא פארק ביים עוסק זיין בתורה, אויסנוצנדיג די ראויגע סביבה אין ביהמ"ד ווען א גרויס עולם געפונט זיך אין די קאנטרי.
ביים גרויסן וויזניצער סיום די וואך האבן די עסקנים נישט פארגעסן פון די פילע לומדים וואס האלטן מיט די לימוד פון דרשו, און האבן נישט געוואלט פארפאסן די חודש'ליכע בחינה, די עסקנים האבן באשטימט א ספעציעל דעזיגנירט ארט אינעם זאל פאר די "דרשו אידן".
באגריסונג מטעם ק"ק צאנז קלויזנבורג מיט א ברכת יישר כח פארן וועד הכנסת אורחים בחצר הקודש באבוב 45 פארן ארויסהעלפן צו פלאצירן די פילע געסט ביים גרויסארטיגן שבת יארצייט פארלאפענעם שב"ק.