דאנערשטאג פ' פנחס • כ"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
צווישן די חפצי הקודש וואס האדמו"ר ממחנובקא בעלזא האט ארויסגענימען מבית גנזיו ביים באזוך פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק איז געוועהן א שער מאשינדל, פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס דער רבי האט אריבערגעפירט אויפן קאפ מיט גרויס התרגשות.
שיינעם מחול לצדיקים צווישן די גדולי ראשי הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא און הגאון רבי משה הילל הירש ביים חתונה די וואך פונעם חתן זוהן פון הרב מנחם לאנדא נכדו חביבו ונאמן ביתו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א.
אויסצוג פונעם טעגליכן שיעור דורכן מגיד מישרים הרה"ג ר' אלעזר ניסן רובין שליט"א, שטייענדיג אין די שלושים נאך די פטירה פון הרה"ג ר' אברהם שלמה יאווא זצ"ל אב"ד לעמבערג, א סיפור נפלא פון הרה"ק מטאהש זי"ע איבער די כח פון א גוט ווארט.
די בוי ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש אין קרית סקווירא – בעטהעל שפאנט פאראויס אין פולן טעמפא זיך גרייטנדיג צום גרויסן שבת בראשות האדמו"ר מסקווירא אינעם נייעם שטעטל.
הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א ווערט געזעהן בנאות דשא אין די קאנטרי בערג.
האדמו"ר ממבקשי אמונה ביים קוקן מיט א שפאקטיוו פונדערווייטנס אויפ'ן ציון הק' פונעם הייליגן אור החיים זי"ע ביומא דהילולא נישט קענענדיג גיין אויפ'ן הר הזתים זייענדיג א כהן.
ביים סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר בעל "חכמת אליעזר" מסערט וויזניץ זצ"ל אין ביהמ"ד סערט וויזניץ אין בארא פארק וואו מען האט מיגטעהאלטן א הוקאפ פון די דברות קודש פון האדמו"ר מסערט וויזניץ ביים טיש אין רמת וויזניץ חיפה, ווערט געזעהן דעם רבינס איידעם האדמו"ר מקאסוב ביים שלינגען מיט דורשט די דברי אלוקים חיים.
האדמו"ר מזוועהיל איז מתפלל אויפן ציון הק' פון הרה"ק רבי אברהם מתתיהו משטעפינעשט זי"ע אין גבעתיים ערב די יארצייט, אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
הגה"צ ר' אשר עקשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא בארא פארק יושב ראש מערכת הכשרות דקהל מחזיקי הדת ווערט געזעהן אינעם לופטפעלד אונטערוועגנס צום בית השחיטה המהודרת אין מעקסיקא אינאיינעם מיטן ראש השוחטים הרב ישראל יעקב טרויבע שליט"א.
האדמו"ר מסאדיגורא באזוכט אין די "תפארת" ספרים געשעפט אין אנטווערפען וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן א לענגערע וויילע און מעיין געוועהן אין פילע ספרים, אלטע און נייע צוגלייך.
הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א ראש ישיבת עמודי דגירסא ריבניץ האט 'קרישקעס' באמערקט די וואך שענקען זיין נייעם ספר "שלום ונפשי" פארן בארימטן שריפטשטעלער ר' מענדל אונגאר דערביי צושרייבנדיג א ווארימע הקדשה.
ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א איז זיך משתתף ביי א שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די הנהלת הישיבה לכבוד די שמחה ביים מנהל הישיבה הרה"ח ר' יוסף קלעצקין הי"ו פון בני ברק.
אויפן פליגער קיין ארץ ישראל מערקט "קרישקעס" הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא אין א שמועס מיטן מייסטער סטראטעגיסט ר' שלמה שטיינמעץ הי"ו פן פיוואט מארקעטינג מחשובי חסידי סקווירא.
העפטיגע בוי ארבעט ביים איבערבויען דער נאסטאלגישער "מזרח וואנט" אין ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל.
שבת אחים גם יחד: האחים המשפיעים לבית לעלוב ר' חיים יוסף – ר' נחמן און ר' שמעלקא בידערמאן אין א ברודערליכע שמועס ביי א משפחה שמחה די וואך.
ביים מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש אין מאנסי מערקט "קרישקעס", דער בארימטער בדחן ר' מאטי אילאוויטש ובנו היניק פון די חתני המקרא ביים ערהאלטן א מתנה פון הגה"צ רבי ירוחם פישל ראבינאוויטש ראש ישיבת יודעי בינה מונקאטש.
האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק וואונטשט הנגיד ר' אברהם חיים שאמועל הי"ו ביים מעמד חנוכת הבית אין "מחנה בני יחזקאל" בעלזא, וואו דער נדיב ר' אברהם חיים האט אפגעקויפט די זכות שם המחנה לכבודו פון זיין פאטער הרה"ח ר' יחזקאל יהודה שאמועל הי"ו פון מאנסי לאנגיאריגע ראש המדריכים אינעם קעמפ.
דער ארטאדאקסישע מעיאר פון דער גרעיט-נעק ווילעדזש אין נעסאו קאונטי, פעדראם בראל, וואס דינט אויך אלס פראפעסאר אין די מיימאנעדיס שפיטאל אין בארא פארק ביים ערהאלטן א ברכה פונעם ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א בעת זיין באזוך אין אמעריקע.
חב"ד תפילין סטאנציע ביי די עבודת הקודש ביים "זה מזה" סאטמארער ביזנעס עקספאו די וואך.
האדמו"ר מסאדיגורא איז מתפלל ביים חלקת אדמור"י סאדיגורא לכבוד די יארצייט פון די באבע הרבנית מסאדיגורא ע"ה.
באגעגעניש אין די JFK לופטפעלד צווישן דער ראשון לציון הגאון ר' יצחק יוסף שליט"א און הרב אריה קנייבסקי נכדו ונאמן ביתו פונעם שר התורה הגר"ח קנייסקי זצ"ל.
האדמו"ר מסאטמאר ביים שלום געבן פאר הר"ר ישראל מענדל שווארטץ הי"ו געוועזנער הויז בחור ובנו היניק במקום הנופש אין ניו העמפשיר.
האדמו"ר מפינסק קארלין אויף א באזוך די וואך אין שטוב פונעם רבינס נאנטער קרוב העסקן ר' יוסף ערבליך הי"ו אין בני ברק.
האדמו"ר מצאנז ביים אנוואונטשן הילד זוהן פון המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א בעת דעם רבינס באזוך די וואך במעונו פונעם משפיע אין בני ברק.
האדמו"ר מקאליש ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פון רבו הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע אין די טעג ארום די הילולא קדישא ט' תמוז.
האדמו"ר מבעלזא ביים אפשערן א זוהן פון נאמן ביתו הרב שלמה קליין היו דער נייע משב"ק בביתו נאווה קודש פונעם רב שליט"א.
הגאון ר' שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש זיך דורכצורעדן בעניני השעה.
הרב ישראל פרוש געוועזענער מעיאר פון אלעד ביים מקבל זיין ברכת קדשו פונעם ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א ביי א שבע ברכות פון אן אייניקל.
האדמו"ר מבעלזא איז עוסק בתורה ביום שבעה עשר בתמוז אינעם גרויסן היכל אין קרית בעלזא ירושלים דינענדיג אלס א פערזענליכע ביישפיל פאר די טויזנטער חסידים.
שלושה שישבו על שולחן אחד: ביים עלעגאנטן שבע ברכות בחצה"ק פאפא מיוחד פאר די פטרוני המוסדות, ווערט געזעהן ארום דעם טיש דער בדחן ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן, דער מגיד הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א און דער שריפטשטעלער ר' פנחס לייפער הי"ו.
האדמו"ר מבאבוב 45 באנוצט זיך מיט א גאלדענער ירושה בעכער פון זקינו דער הייליגער צאנזער רב זי"ע ביי א ברית די וואך פון אן אייניקל.
בריוו פונעם מזכיר המועצת הרב יעקב וואלצער צו די שלוחי דרבנן חברי הכנסת מטעם אגודת ישראל, איבערן החלטה פונעם מועצת גדולי התורה ארויסצוגיין פון די קאאליציע אין ליכט פונעם פארשאפטן גזירת הגיוס.
הרה"צ ר' יאשיהו פינטאו גאב"ד מאראקא אין א באגעגעניש מיטן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו פארלאפענעם וואך אין וואשינגטאן.
הרב משה פריעדמאן לעגענדארע משב"ק בחצה"ק סאטמאר ביים אנצינדן דעם נר תמיד וואס ברענט רונדע דעם יאהר אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג לעילוי נשמתם פון די רועי החסידות צדיקי בית סאטמאר.
ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א קוקט זיך איין אויף הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביי א ברית די וואך אין ירושלים.
האדמו"ר מסאדיגורא מערקט "קרישקעס" אין די פתאל טערמינאל איידערן אפרייזן קיין אנטווערפען למנוחת הנפש, וואו דער רבי האט זיך באגעגענט מיט ר' אלחנן דנינו, וועלכער האט פארלוירן זיין זון אורי הי"ד וואס איז געוועהן פארכאפט און טראגיש אומגעברענגט געווארן בידי רוצחים אין עזה.
המקובל הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א אין א ריקוד מיט האדמו"ר מבישטינא ביים חתונה פון אן אייניקל ביים מקובל אין דער שטאט בית שמש.
אויסנאמליכע היתר פון הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק פאר דרייווערס צו הערן מוזיק א די דריי וואכן אין פאל מען ווערט שלעפעריג בשעתן דרייוון.
האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן איז זיך משתתף ביי א תנאים פון אן אייניקל ביים פעטער הרב שלום זושא פעלדמאן אין לאנדאן.
האדמו"ר מסקולען לעיקוואד אין א תורה'דיגן שמועס מיט הרה"ג ר' יואל ווערצבערגער מו"ץ בק"ק סאטמאר לעיקוואד ביים סדר לימוד "אגרא דתעניתא" דעם שבעה עשר בתמוז בחצר הקודש סקולען לעיקוואד.
מסיבת לחיים במעונו פון המקובל הגה"צ רבי אביש ציינווירט שליט"א צום ערשיינונג פונעם נייעם ספר "צוואת הריב"ש", ווערט געזעהן מקורבו הנגיד ר' יוסף לאנדא – פטרון הספר.
דער בריוו בכתב ידו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א מיטן די הוראה ברורה פאר די חברי הכנסת פון "דגל התורה" ארויסצוגיין פון די קאאליציע צוליב דער אנגייענדיגער גזירת גיוס בני הישיבות.
פארגאנגענעם מיטוואך קרח – ערב ראש חודש תמוז, נאכן אהיימקומען פונעם געהויבענעם מסע הקודש קיין טאהש אונגארן, איז האדמו"ר מטאהש ארויף צום ציון הק' פון אביו הרה"ק מטאהש זי"ע, אינאיינעם מיט די ילדי תלמוד תורה פונעם מפעל "פועל ישועות", ווי דער רבי שליט"א האט זיך צוגעקוקט מיט הנאה ווי די קינדערלעך זאגן ערליך תהלים, און האבן אינזין די נדבנים פונעם תלמוד תורה.
א "תפילין" וואס איז מיוחס צום בעל שם טוב הק', ארויסגענומען דערפון די פרשיות, וואס האדמו"ר ממחנובקא בעלזא האט געצייגט פאר האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק און געבעטן דעם רבי'ן צו ליינען דערין "קריאת שמע" עס זאל ברענגען פאר'ן שטוב א שמירה, דער רבי האט אנגענומען די בקשה, און זיך גענומען ליינען קבלת עול מלכות שמים מיט א געוואלדיגן ברען.
גדולה שימושה: האדמו"ר מדושינסקיא ביים משמש זיין דעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א מיט א זעלטענעם הכנעה ביי א ברית די וואך, וואו דער רבי האט געדינט אלס מוהל.
האדמו"ר מאלכסנדר וואונטשט אן איר אייניקל פון די חתני המקרא ביים חומש סעודה אין תלמוד תורה ’’מתיבתא’’ בני ברק.
וויניצע שבטאהש: קינדערליך אין קרית טאהש שפילן זיך אויף די פארפלייצטע גאסן פון שטעטל.
דער בארימטער עסקן און גבאי צדקה ר' יואל ישראל זופניק הי"ו ביים מקבל זיין ברכת קדשו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביי זיין באזוך די וואך אין ארץ ישראל לטובת הכלל.
האדמו"ר מספינקא מאנסי מערקט "קרישקעס" אנגעטוהן בבגדי שבת לכבוד די שבעת ימי המשתה פון בנו החתן, ביים הערן קריאת ויחל ביום שבעה עשר בתמוז אין די מאה שערים שטיבלעך אין ירושלים.
ר' רפאל וואהל הי"ו פון די אנפירער פון די ערשטמאליגער "בעלזער ביזנעס עקספאו" טרעט אויף פאר די הונדערטער היימישע ביזנעסלייט וואס האבן זיך אנגעשלאסן אלס עקזיביטארס ביים גרויסן עקספאו די קומענדיגע וואך.
די עסקנים פונעם "עקספאו" ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האדמו"ר מבעלזא וועלכער האט זיך דערביי אינטערסירט אין אלע פרטים און פלענער.
די עושי המלאכה הנגיד ר' יואל מאנן און ר' יענקי רייכמאן ווערן געזעהן אויפן שטח הבני' פונעם ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען וואו די בוי ארבעט זעצט פאר טאג טעגליך אין פולסטן גאלאפ.
טויזנטער אידן ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי אינעם תענית פון שבעה עשר בתמוז.
שבת איז שיין: נאסטאלגישע ווידיאו פון האדמו"ר מספינקא ביים משמח זיין ביי א משפחה שמחה אין לאנדאן בשנים קדמוניות, וואו דער רבי זינגט דעם פריש אויפגעכאטפן "שבת ניגון", וואס איז נתחבר געווארן דורכן משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל.
הונדערטער חסידים און תושבי פארשעי ביים ערשטן "ליל שישי שיעור" פון האדמו"ר מפארשעי וואס דער רבי האט די וואך מחדש געוועהן אין פארשעי'ער ביהמ"ד.
הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א אין ירושלים.
דער ראש הישיבה באזוכט ביי הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א וואו ער האט ווידער באדאנקט דעם גאון פארן ארויסקומען קיין אמעריקא און באשיינען דעם מעמד אדיר "אדירי התורה" וואס האט איבערגעלאזט א רישומא דקדושה אויפן גאנצן עולם התורה אין אמעריקא.
די מאסיווע פראדוקציע פון 28,000 פלעשער גרעיפ דזשוס ביי די ’קדם’ פירמע וואס ווערט אפגעשיקט פון ניו יארק צו די שיינער’ס הכנסת אורחים אין אומאן לכבוד ראש השנה תשפ"ו.
האדמו"ר מבאטאשאן וואונטשט אן אייניקל, א זוהן פון זיין איידעם הרב שמעון נתן נטע ראזנבוים בן האדמו"ר מפרמישלאן ביים מעמד "סיום החומשים" אין תלמוד תורה פרמישלאן אין בני ברק.
האדמו"ר ממיאלען ביים מיטהאלטן דעם סעודת הילולא פון זקינו הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זי"ע ביים פעטער האדמו"ר מפרמישלאן.
האדמו"ר מגור ביים שבע ברכות ביים באקאנטן גערער עסקן הרב חיים יוסטמאן הי"ו.
האדמו"ר מביאלא טרעט אויף מיט א דרשה ביים שמחת השבע ברכות בבית הגאון רבי שמואל צוקער שליט"א אבד"ק בית שלמה אין די רמת אשכול געגענט אין ירושלים.