כמידי שנה בשנה איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א ארויסגעפארן צום שטאט מאקאווא אין אונגארן לרגל די יומא דהילולא קדישא פון זקינו הגה"ק בעל אהל משה ממאקאווא זי"ע, היי יאהר ווען די יארצייט איז אויסגעפאלן שבת האט דער רב שליט"א געוויילט איבער שבת שבת אין שטאט מאקאווא אין אונגארן, אינאיינעם מיט א גרויסן קבוצה חסידים. אין די טעג ארום שבת האט מען מתפלל געוועהן ביי די ארומיגע מקומות הקדושים אין אונגארן להיפקד בדבר ישועה ורחמים.