דאנערשטאג פ' כי תצא • י"א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין די יעצטיגער טעג האבן חסידי סערט וויזניץ אין בני ברק מקבל פנים געוועהן הרה"צ רבי יחיאל יהושע האגער שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, וועלכער האט זיך קובע מקום געוועהן צווישן די חברי הקהילה אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק וואו ער וועט שטיין אין שפיץ פון די קהילה הקדושה ומוסדות סערט וויזניץ אין בני ברק.
הרב יחיאל יהושע איז דער צווייטער זון פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, און איז שוין פון יונגווייז אן געווען גאר נאנט און חביב ביים גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר בעל "חכמת אליעזר" מסערט וויזניץ זצוק"ל.
אויך נאך זיין חתונה אין יאהר תשס"ט ווערנדיג אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א האט ער ווייטער געוואוינט אין רמת וויזניץ חיפה סמוך על שולחנו פונעם זיידן וועם ער האט געטריי באדינט, און בפרט די לעצטע צען יאהר זינט כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א האט איבערגענומען די כתר הנהגה שטייט ער שטענדיג לימינו מיט א געוואלדיגן איבערגעגעבנקייט.
אצינד האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בני ברק צו שטיין פון דער נאנט בראש הקהילה והמוסדות אלס דער רוח החיים פון די ארטיגע קהילה וואס ציילט הונדערטער משפחות בלי עין הרע און איז היינט צוטאגס פון די שענסטע קהילות וואס חצר הקודש סערט וויזניץ פארמאגט, מיט עטליכע בתי מדרשים צושפרייט לענגאויס דער שטאט און מוסדות תורה וחינוך לשם ולתפארת.
דעם שבת קודש פרשת שופטים די ערשטע שבת נאך וואס הרה"צ רבי יחיאל יהושע האט קובע געווען מקום מושבו אין בני ברק, האט ער געדאווענט די תפילות פארן צונאכטס אין סערט וויזניצער ביהמ"ד אויף רחוב חזון איש וואו די חסידים זענען פאראיבער שלום נעמען נאכן דאווענען.
שבת אינדערפרי האט מען געדאוונט אין ביהמ"ד חכמת אליעזר דחסידי סערט וויזניץ אויף די יואל גאס, נאכגעפאלגט מיט א קידושא רבא רבתי לכבודו פונעם חשובן גאסט, און לרגל די בר מצווה פון זיין זוהן הבה"ח כמר דוד מתתיהו ני"ו, וואו הרב יחיאל יהושע האט משמיע געווען דברי חיזוק וברכה פאר די ארטיגע חסידים מתפללי ביהמ"ד. שלש סעודות איז ווידער אפגעראכאטן געווארן אינעם ביהמ"ד המרכזי אויף די חזון איש גאס וואו הרה"צ רבי יחיאל יהושע שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא נאכן בענטשן לכבוד די שבת שבע ברכות פון א חתן אין די קהילה.
דער ערשטן שבת האט אריינגעבלאזן עמערס פון חיזוק אין די ארטיגע חסידים תושבי המקום, אנהייבנדיג דערמיט א נייע פרייליכע עפאכע בקרב קהילה קדושה סערט וויזניץ.