זונטאג פ' חוקת • ב' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בהדרת כבוד גרייטן זיך חסידי אלכסנדר אין ציריך שווייץ מקבל פנים צו זיין פני רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א וועלכע וועט די וואך אנקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט און משפיע זיין מזיו הודו והדרו אויף עדת צאן מרעיתו תושבי העיר.
דער רבי שליט"א קומט צופארן צו באשיינען די חתונה בבית הרבני הנגיד ר' ברוך אלימלך פערלמאן הי"ו פון ציריך מגדולי תומכי מרכז מוסדות אלכסנדר, כמנהגו פונעם רבי'ן ארויסצופארן מעבר לים זיך מיטצוהאלטן די שמחות ביי ר' ברוך אלימלך אלס הכרת הטוב פאר זיינע לייסטונגען לטובת די מוסדות.
דעם רבינס באזוך אין ציריך ברענגט אויף גרויס התרגשות ביי אלכסנדר חסידים, נאך עטליכע יאהר וואס דער רבי שליט"א האט נישט באזוכט אין שטאט, וועט מען אצינד די זכיה האבן אז די רבי וועט אנקומען צוגאסט אין שטאט וואו עס איז היינט צוטאגס פאראהן א שיינעם קיבוץ חסידי אלכסנדר המקושרים לאילני דחיי.
די רבי וועט ארויספארן פון ארץ הקודש קומענדיגן דינסטאג נאכמיטאג, און וועט אין לויף פונעם קורצן באזוך צום ערשטן מאל דאווענען די תפילות אינעם אלכסנדר שטיבל אין שטאט וואס האט זיך נישט לאנג צוריק איינקווארטירט אין א נייעם אכסניא, אויך וועט זיין א געלעגנהייט פאר די חסידים תושבי העיר אריינצוגיין אל הקודש פנימה מיט קוויטלעך, שטייענדיג שוין נאנט צו די ימי הרחמים הסליחות. דאנערשטאג אין די מיטאג שעה'ן וועט די רבי פארלאזן שווייץ אויפן וועג צוריק למעון קדשו אין בני ברק.