הויפט בלאט באריכט כבוד חכמים ינחלו‎: מעמד הוקרה בחצה"ק ראחמיסטריווקא אין ירושלים לכבודם פון לומדי ורבני כולל ראחמיסטריווקא אין ב"פ

כבוד חכמים ינחלו‎: מעמד הוקרה בחצה"ק ראחמיסטריווקא אין ירושלים לכבודם פון לומדי ורבני כולל ראחמיסטריווקא אין ב"פ

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' עקב • כ' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


א מעמד נהדר איז פארגעקומען אין ירושלים עיה"ק לכבוד די חבורה פון 23 יונגעלייט מחשובי לומדי כולל ראחמיסטריווקא אין בארא פארק וואס האבן עולה געווען לשערי ציון און נתעטר געווארען בכתר ההוראה דארך די גדולי ארץ הקודש ובתוכם הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, הגאון הגדול רבי משה בראנסדארפער שליט"א, הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א, הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א, הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א, הגאון הגדול רבי מענדל שפרן שליט"א, הגאון הגדול רבי יחזקאל דערבארימדיגער שליט"א, און הגאון הגדול רבי שריאל ראזענבערג שליט"א.

די בארימטע ראחמיסטריווקא כולל וואס איז מתנוסס לתפארת ולשם בעיר בארא פארק בנשיאותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א און חיבה יתירה נודעת לו צום כולל זייענדיג די מקום וואס דער רבי שליט"א האט געדינט די לעצטע 20 יאר אלס ראש הכולל מיום הווסדה און יעצט אחר עלותו על כס האדמורו"ת האט עס איבערגענומען חתנו היקר הרה"ג ר' מאיר יוסף רובין שליט"א דומ"ץ הקהילה וואס איז אויך מיטגעקומען מיט די יונגעלייט.

די מעמד איז פארגעקומען אין היכל השלחנות שע"י ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים עיה"ק בראשות כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וואס האט נאכן זינגען ניגוני התעוררות אויפגעטרעטן מיט דברי הערכה און הדרכה לכבודם פון די לומדי תורה. סוף מעמד זענען אלע יונגעלייט אדארך נעמען ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א בפרטות.

אויך זענען מיטגעקומען מיט די דערהויבענע נסיעה די מנהלי הכולל הרה"ח ר' אליעזר יודא פאגעל שליט"א נאמן בית אדמור"י ראחמיסטריווקא וואס דער רבי שליט"א האט עקסטער ווארעם געוואונטשן און אויפגעפאדערט פון איהם צו ברענגען די יונגעלייט נאכאמאל ווען מען פארהערט זיך די נעקסטע מקצוע ואתו עמו שותפו הנאמן הרה"ח ר' שמחה שמעלצער שליט"א.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00