הויפט בלאט בילדער קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


לולי תורתך שעשועי: האדמו"ר מספינקא אנטווערפען איז עוסק בתורה אינעם היכל התורה אין פשעווארסקער ביהמ"ד אין אנטווערפען.

Blog Image

די דרשה געשאנק פון טויזנטער שעות רצופות וואס די הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי פאפא האבן געשאנקן אלס מנחת ביכורים פאר האדמו"ר מפאפא לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, אינאיינעם מיט א טייערע זילבערנע טיש זייגער.

Blog Image

די שוואגערס האדמו"ר מסאטמאר און גאב"ד סאטמאר מאנסי בסוד שיח אין שטוב פון הנגיד ר' דוד ניישטאדט הי"ו אין מאנסי.

Blog Image

האדמו"ר מבאבוב באגלייט ארויס האדמו"ר ממונקאטש נאכן שבע ברכות די וואך בחצה"ק באבוב.

Blog Image

בישישים חכמה: הרה"ח הישיש ר' יחזקאל שרגא גליק שליט"א, ביים פארציילן ערשטהאנטיגע סיפורים ועובדות לרגל הילולא פון הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד, וואס ער האט אליין בייגעוואוינט בימי נעוריו, נאך תפלת שחרית אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג.

Blog Image

הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג שליט"א ווערט באמערקט ארויספירן דעם ספר תורה פונעם שטוב פון הנגיד ר' שמעון בראך הי"ו צום ביהמ"ד בית משה אהרן פשעווארסק.

Blog Image

הגה"צ רבי יצחק הערשקאוויטש דומ"ץ צאנז קלויזענבורג וויליאמסבורג בקודש פנימה ביי האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג מיט די נייע ספר משנת אפרים על הש"ס פון אביו הגה"צ רבי אפרים פישל הערשקאוויטש זצ"ל דומ"ץ צאנז קלויזענבורג

Blog Image

האדמו"ר מטאהש ווערט געזען פון פענסטער זיצן אויפ'ן טשארטער פליגער איידער'ן אפרייזן אויף א נסיעה צו די שטאט טאהש אונגארן לרגל די הילולא פונעם ראש השושילתא הרה"ק השרף מטאהש זי"ע.

Blog Image

ביים מעמד החופה בחצר הקודש בעלזא האט דער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' שלומי טריכטר הי"ו אויפגעכאפט זיין קאלעגע ר' אנשיל בעק ביי די עבודת הקודש צו פאראייביגן די שמחה.

Blog Image

טובים השנים: דער משגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א אין א תורה'דיגן שמועס מיט הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון ביי א מסיבה די וואך לטובת די קרן התורה אין מאנסי.

Blog Image

די צעירי החסידים ביים אפירגראבן די איבערבלייבענישן פונעם פראווע שטוב פון האדמו"ר מסקווירא, וואו מען האט אין די טעג אונטערגענימען רענאוואציע ארבעט בעת די רבי שליט"א וויילט אין קאליפארניע אויף אפרוה.

העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין הי"ו באזוכט ביי האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא במקום בנופש אין מיאמי פלארידא.

Blog Image

האדמו"ר מדעלאטין האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אין קערעסטיר אונגארן בעת דער מסע הקודש פון האדמו"ר מטאהש קיין אייראפע.

Blog Image

תלמידי ישיבה קטנה בית שמעון דחסידי בעלזא אין בארא פארק בקודש פנימה ביי האדמו"ר מראחמסטריווקא וועלכער האט איבערגעגעבן א שמועס פאר די בחורים אלס הכנה צו די ימי הקיץ.

Blog Image

האדמו"ר מבאיאן איז זיך משתתף ביים שמחת השבע ברכות דעם מוצאי שבת בחצר הקודש בעלזא.

הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון ווערט געזעהן אין א גאלף קאר אינעם לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל נאך זיין באזוך אין ניו יארק לטובת די קרן עולם התורה.

הגאון רבי אליעזר יודא פינקל ראש ישיבת מיר איז מתפלל ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי צו דאנקן און לויבן אויף די גרויסע חסדים וואס מען האט בייגעוואוינט עין בעין בעת די מלחמה אין ארץ ישראל.

מקחו של צדיק יריד אין ביהמ"ד הגדול קאסוב אין בארא פארק ווי מען האט פאר ספעציעל ביליגע פרייזן זיך געקענט איינהאנדלן די ספרים און חיבורים נפלאים מאמרותיו הטהורים פונעם קאסובער רבי'ן זצ"ל, אין די טעג ארום די ערשטע הילולא קדישא.

Blog Image

די נייע אויפגייענדע שטערן ר' אברהם יצחק סאמעט הי"ו ברודער פונעם בארימטן בעל מנגן ר' אהרעלע סאמעט הי"ו מערקט "קרישקעס" ביי א חתונה אין בני ברק, אלס שטעלפאטרעטער פון זיין ברודער ר' אהרעלע וואס האט נישט עספיעט צו זיין אויף די חתונה זייענדיג געשטראנדעט אין אמעריקא,

שיין בילד ביים שבע ברכות די וואך בשמחת בית באבוב וואו האדמו"ר מבאבוב שענקט א מתנה א טייערע זילבערנע וויין פלאש פאר בנו חביבו הרב ישראל אלימלך הלברשטאם מראשי הכולל אלס אנערקענונג פאר זיינע פעולות לטובת די כולל.

Blog Image

ביים שמחת הווארט לכבוד די שידוך שליסן פון אן איר אייניקל ביי האדמו"ר מסאטמאר, די כלה אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, טאכטער פון זיין זוהן הרה"ג רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אבד"ק ראצפערט, עב"ג החתן זוהן פון הגה"צ רבי חיים צבי ראטטענבערג שליט"א אבד"ק פינטשוב.

א מחזה הוד אין לעלובער ביהמ"ד אין צפת וואו האדמו"ר מלעלוב האט זיך צוגעזעצט צום טעגליכן שיעור אין ביהמ"ד, מיט זיין אייגנארטיגע פשטות און ענוות חן.

Blog Image

כשתילי זתים סביב לשולחנו: גאב"ד מאקאווא פארברענגט מיט זיינע אייניקלעך, קינדער פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא נאכן שבע ברכות וואס דער רב שליט"א האט אפגעראכטן לכבוד די שמחה.

דור לדור: די קומענדיגע דור אדמור"ים פארנעמען זייערע ערטער אויפן אויבן אן ביים קרעטשניפער חתונה די וואך אין ביתר.

Blog Image

אין די בעלזער ביהמ"ד אין אנטווערפען מערקט "קרישקעס" דער מוהל מומחה הרב אהרן עקשטיין ביים מיטטיילן מיטן ציבור די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען ארום דעם קאמף קעגן די גזירת ברית מילה אין אנטווערפען.

Blog Image

ביים הארציגן מעמד קבלת פנים פון החתן זוהן פונעם וועלט בארימטן משפיע הרה"ג רבי שמעון שפיטצער שליט"א אין ניו יארק.

חסידי וויזניץ אין לאנדאן זענען מקבל פנים הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בנו יחידו פון רבם ומאורם האדמו"ר מוויזניץ אינעם היטראו לופטפעלד אנקומענדיג אויף א קורצן באזוך בקרב חסידי וויזניץ אין שטאט.

Blog Image

האדמו"ר מהרי"ד מלעלוב ביים אנוואונטשן א קינד גייענדיג אין מקוה ערב שבת אין שטאט מאנסי וואו דער רבי האט געוויילט איבער שבת פאריגן פ' שלח.

Blog Image

הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ביים אנקומען אויפן ראנוועי אין טעטעבארא לופטפעלד וואו ער האט זיך געזעגנט מיט האדמו"ר מגור אויפן עראפלאן, איידער די רבי האט זיך געהויבן קיין ארץ ישראל.

Blog Image

האדמו"ר מבאבוב אין א ריקוד מיט ש"ב הרה"צ רבי לייבל סטעמפל שליט"א פון לאנדאן, נכד הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זי"ע ביי די חתונה פון זיינס אן אייניקל אין בארא פארק.

האדמו"ר מגור פארלאזט דעם אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' מאיר פריי הי"ו אויפן וועג צום לופטפעלד, נאכן היסטארישן באזוך אין ניו יארק.

Blog Image

הנגיד ר' אברומי זופניק הי"ו ביים ערהאלטן ברכת קדשו פונעם משגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א בעת זיין באזוך אין ניו יארק לטובת די קרן עולם התורה.

Blog Image

ביי די ריקודין ביים חתונה בחצרות קרעטשניף ירושלים – הארנסטייפל וואו די לעקטער און מוזיק איז געוועהן טיילווייז פארלאשן צוליב די שטערונגען פון די פאליציי אין ליכט פון די מלחמה אומשטענדן אין ארץ ישראל.

ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א טרעט אויף מיט דברי ברכה ביים שבע ברכות די וואך בשמחת בית בעלזא מיוחד פאר די עסקני הקהילה.

Blog Image

האדמו"ר מפינסק קארלין האט 'קרישקעס' באמערקט מוצאי שבת אין אתרא קדישא מירון ביים פאררייכערן א ציגאר.

Blog Image

האחים האדמור"ים מקאסוב וואונטשן זיך לחיים ביים סעודת הילולא לכבוד די ערשטע יארצייט פון האדמו"ר מקאסוב זצ"ל וועלכע קוועלט פאר נחת משמי מעל, פון דעם וואונדערליכן אחדות אין די משפחת המלוכה.

Blog Image

והיה כנגן המנגן: האדמו"ר מקרעטשניף י-ם ביים פידל שפילן כמנהג אבותיו הק', בעידן חדוותא ביי די חתונה פון א אייניקל.

Blog Image

ויברכהו: האדמו"ר מנדבורנה בענטשט דער בעל מנגן החתן אלי' שפריי הי"ו איידערן ארויסגיין צום חופה.

Blog Image

ריזן שילד ביים אריינגאנג צום ביהמ"ד אין כפר חב"ד: "ועל הניסים ועל הפורקן וכל הגבורות ועל התשועות ועל הנפלאות שעשית לאבותינו בימים ההם בזמן הזה".

Blog Image

הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא טרעט אויף דורך א הוקאפ קיין אנטווערפען וואו די ארטיגע בעלזער חסידים האבן זיך צוזאמגענימען אויף אן עצרת חיזוק והתעוררות אין ליכט פון א צאל טראגעדיע'ס און אומגליק וואס האבן ליידער באטראפן די קהילה, ווען לצידו זיצט זיין יונגערע ברודער הרה"ג ר' חיים מאיר רוקח שליט"א וועלכע שטייט אין שפיץ פון די קהילה און מוסדות אין אנטווערפען.

Blog Image

פראדוקטיווע זיצונג אין בעפארברייטונג צום יערליכן סאטמארער ביזנעס עקספאו צווישן די ענערגישע שטאב פון עסקני "זה מזה" מיט די עקספא צענטער פארוואלטונג אינעם ריזן 'ניו דזשערזי קאווענשאן און עקספאזישען סענטער'.

Blog Image

האדמו"ר מספינקא רמת אהרן בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסקווירא נאכן וויילן שבת בצל הקודש אין סקווירא שטעטל.

Blog Image

משמח אלוקים ואנשים הרה"צ רבי ישראל מענדל שווארטץ המכונה האדמו"ר מלאשאנץ טרעט ביים שבע ברכות בחצרות דינוב – תפארת אליעזר וואו ער האט משמח געוועהן מיט זיין אייגנארטיגע און פרייליכע ווערטלעך לכבוד שמחת חתן.

Blog Image

הנגיד ר' משה שמואל זופניק הי"ו בקודש פנימה ביי האדמו"ר מהרי"ד מלעלוב בעת דעם רבינס באזוך אין וויליאמסבורג וואו ער האט געצייגט פארשידענע כתבי ידות פון די צדיקים הקודמים מאוצרו הטוב.

Blog Image

האדמו"ר מבאיאן פארלאזט ביתו נאווה קודש פון האדמו"ר מבעלזא נאכן באשיינען די שמחת השבע ברכות דעם מוצאי שבת בחצה"ק בעלזא.

Blog Image

האחים האדמו"רים מסערדאהעלי און וויען אין א ברודערליכע שמועס נאכן ווייץ שניט אין ניו דזשערזי לקראת חג הפסח תשפ"ו.

Blog Image

האדמו"ר מלעלוב ביים זאגן שיר השירים כנהוג ערב שבת בהעלותך אין מירון פון א קלף.

Blog Image

לא ינום ולא יישן שומר ישראל: ניסי נסים ווען א גרויסע שטיקל שראפנאל פון אן איראנער מיסל געשאסן געווארן אין א כוואליע מיסלס זונטאג אינמיטן די נאכט שטונדן באטרעפט א בנין אין שיכון סאטמאר בני ברק.

Blog Image

בקודש פנימה: הגאון הגדול רבי חיד"ו ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן ווערט געזען באזוכן חדרו המיוחד פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע בביתו נאוה קודש אויף 500 בעפארד עוועניו.

Blog Image

האדמו"ר מקאסוב וויזניץ באזוכט אין די נייע "קארפור" האולסעיל געשעפט אין בית שמש, וואס האט אין די טעג געעפינט אירע טויערן לטובת ולהנאת תושבי בית שמש.

Blog Image

דער באקאנטע בדחן ר׳ מאטי אילאוויטש וואס האט געזאלט גראמען ביים חתונה בבית קרעטשניף י"ם – הארנסטייפל אין ארץ ישראל האט רעקארדירט די גראמען בעפאר און עס איז געווארן אויפגעשפילט ביים מצווה טאנץ, נאכדעם וואס ער האט נישט געקענט קומען צו פארן קיין ארץ ישראל לאור המצב.

העסקן הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו אסעמבלימאן פון מאנסי באזוכט ביי האדמו"ר מגור בבית האכסניא אין מאנסי, וואו דער רבי האט איהם געוואונטשן צו קענען ווייטער אנגיין און מצליח זיין מיט זיין עסקנות.

Blog Image

ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א טרעט אויף דורך א הוק-אפ ביי א באנקעט אין לעיקוואד לטובת די קרן עולם התורה.


א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' יואל פייערווערקער הי"ו משב"ק האדמו"ר מוויען לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פארן אלעמען באקאנטער איש קערעסטיר ר' אברהם אבא גרינבוים גבאי נאמן פון "רבי ישעי'לעס הויז" צו די חתונה פון בתו הכלה בשעה טובה ומוצלחת.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר הר"ר אהרן קרישבסקי הי"ו מחשובי חסידי תולדות אהרן, מגיד שיעור פונעם בארימטן 'חברותא שיעור יומי' לרגל הולדת בנו למזל טוב.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00