הויפט בלאט בילדער קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin
Blog Image

דאנערשטאג פ' אמור • י'ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


המקובל הגאון רבי יעקב עדס שליט"א איז מבקר חולה ביי המקובל הגאון רבי דוד בצרי שליט"א אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים.

Blog Image

האד' ממעזיבוז ביי די עבודת הקודש ביים הדלקה היינט ליל ל"ג בעומר.

הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א באטיילגט זיך ביי שמחת הבר מצוה בבית הרה"ג רבי יואל העניך העלבראנץ שליט"א, אב"ד כנישתא חדא בעיר גוואטאמאלא, וועלכער האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן דעם טרויעריג-בארימטן 'לב טהור' קולט.

Blog Image

א דראמאטיש בילד ווי מ'זעט באשיינפערליך דעם אפענעם יד השם און ברכות התורה, בשעת'ן גרויסן וואלד פייער פארגאנגענע וואך אויף די הרי ירושלים, זעט מען ווי דער פייער האט זיך גענצליך אפגעשטעלט נעבן א פעלד פון שומרי שמיטה און די ערליכע פארמער האבן אויסגעמיטן די שווערע שאדנס

Blog Image

האד' מתולדות יהודה ביים איבערגעבן דברי חיזוק פאר א גראפע בעלי תשובה פון מעקסיקא.

Blog Image

שמחת החאלאקע לנכד העסקן הנמרץ ר' אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו פון וויליאמסבורג במעון קדשו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א

די שעריפ באאמטע פון סאליווען קאונטי באזוכן ביי האד' מסאטמאר אין קרית יטב לב אין בעפארברייטונג צו די קומענדיגע עלעקשאנס.

Blog Image

הרב ליפא מייזליש אייניקל פון האד' מוויזניץ ביים שלום נעמען פונעם רבי'ן אינעם לופטפעלד די וואך ביים אנקומען קיין ארץ ישראל.

Blog Image

הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד איז עוסק בתורה מיט א חברותא ביים "ועידה העולמי" דורך "איגוד מוסדות וויזניץ" אין עיה"ק טבריה.

Blog Image

ביים מעמד ההדלקה דורך האדמו"ר ממיאלען אינעם נייעם יישוב מתחם הסופרים אין בני ברק.

ל"ג בעומר אטמאפערע ביים "ועידה העולמי" דורך "איגוד מוסדות וויזניץ" אין עיה"ק טבריה ערב ל"ג בעומר.

האדמו"ר מבאבוב אין א ליבליכע שמועס מיט א תלמיד אין די באבובער ישיבה אין מאנסי וועלכער האט דערלאנגט זיין שעות צעטיל און דערביי ערהאלטן א ווארימע ברכת קודש.

Blog Image

לעצטע בארוטונגען דורך די ראשי העסקנים צום אסיפה אדירה "להיקהל" דורך מצא טוב אין די גיגאנטישער אר. סי. סי. קאמפלעקס.

Blog Image

האדמו"ר מספינקא ביים פארלאזן דעם ציון הק' אין מירון וואו דער רבי האט מתפלל געוועהן אינאיינעם מיט זיינע אייניקלעך לקראת דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר.

Blog Image

וויזניצער חסידי ווארטן אפ מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביים אריינגאנג צום שטאט בני ברק, נאך צוויי לאנגע חדשים וואס מ'האט ארויסגעקוקט אז דער רבי זאל זיך אהיימקערן פון לאס אנדזשעלעס.

Blog Image

ביי א זיצונג די וואך צווישן די רב הראשי הגאון רבי דוד יוסף שליט"א און דער הויפט רב פון ירושלים הגאון רבי שלמה משה עמאר שליט"א בענינים העומדים על הפרק.

Blog Image

המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן מלעלוב ביים דערהייבן דעם ציבור מיטן לעלובער ניגון שמחה, ביים תנאים די וואך בחצרות סאדיגורה ירושלים – בערטש.

האדמו"ר מספינקא לערנט פאר א שיעור אין זיין ביהמ"ד אין ירושלים, וויילנדיג אויף עטליכע טעג אין שטאט לצורך מנוחה.

Blog Image

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא אין א דביקות'דיגע מאמענט זייענדיג שופך שיח ביים כותל המערבי.

קארלין סטאלינער חסידים דאווענען שחרית אונטערוועגס אהיים קיין ניו יארק נאכן וויילן שבת אין דעטרויט בצל האד' מקארלין סטאלין.

Blog Image

דער מחנך הרב לייבוש ליש אין א פריינטליכע שמועס מיט עטליכע לב טהור אינגעלייט אויף די גאסן פון בארא פארק.

Blog Image

האד' מוויזניץ ערשיינט צום מעמד ההדלקה רבתי היינטיגן ליל ל"ג בעומר אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית וויזניץ.

א שפאציר אין די נייע גיגאנטישער ביהמ"ד הגדול והחדש און די מקוה טהרה ד'שיכון סקווירא.

די איחוד הצלה שטאב אונטערוועגנס קיין מירון וואו זיי וועלן שטיין על המשמר על כל צרה שלא תבוא.

האדמו"ר מביאלא ביים מיטהאלטן די לוויה די וואך פון הגה"צ רבי יחזקאל היילפרין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות אויף די שטיגן פון ביאלא ביהמ"ד אין ירושלים.

Blog Image

כאחד האדם: אין די שפעטע נאכט שעהן האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ביי תפילת מעריב אין די באקאנטער זכרון משה שטיבלעך.

העסקן הר"ר חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו באגריסט האדמו"ר מסאטמאר ביים דינער די וואך לטובות כולל שומרי החומות אין וויליאמסבורג.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ בית שמש בבית האכסניא אין בראזיל, ביים באטראכטן די בילדער קאלעקציע פונעם בעל האכסניא הנגיד ר' משה פריד מיט גדולי ישראל.

Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג אין א שמועס מיט ר' יוחי פליישמאן פון וויי עף פראדאקשן ביי א שמחה די וואך.

Blog Image

שיין בילד פון הבדלה ביים שבת מרומם וואס האד' מתולדות יהודה האט געפראוועט אין שטאט לעיקוואד, וואס האט צונויפגעברעגנט אלע ערליי מבקשי השם חסידישע און ליטווישע אינגעלייט און בחורים.

Blog Image

מרן ראש הישיבה הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א ביי ספירת העומר פאריגן מוצאי שבת אין די סלאבאדקע ישיבה אין בני ברק.

גאב"ד מאקאווא איז מתפלל א תפילה קצרה ביים ציון הק' אין חיפה פונעם אמורא אבדימי דמן חיפה.

האדמו"ר מסקולען ביי ספירת העומר פארלאפענעם וואך אין נאסוידער ביהמ"ד‎ וואו דער רבי האט געדאווענט פארן עמוד זייענדיג אין יאהר.

האדמו"ר מלויצק אויף א תפילה די וואך ביים כותל המערבי להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ בית שמש ביי מלוה מלכה אין שטוב פון הגה"צ גאב"ד ראצפערט – בראזיל שליט"א בעת דעם רבינס באזוך אין סאו פאולו בראזיל.

Blog Image

הוראת הקודש פון האד' מפינסק קארלין אז בחורים זאלן בשום אופן נישט פארן קיין מירון אום ל"ג בעומר און די טעג ארום.

Blog Image

האדמו"ר משבט הלוי ווערט געזעהן מיט א זילבערנעם שטעקן צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות.

Blog Image

הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קרית יואל באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א.

Blog Image

האדמו"ר מערלוי ביים מחדש זיין די לבנה ברוב עם נאכן אהיימקומען פון שפיטאל.

Blog Image

ביי א ברית די וואך במעון קדשו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מערקט 'קרישקעס' הרב רפאל צבי פאר משמש בקודש ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק.

Blog Image

ערב הילולא קדישא: גאב"ד מאקאווא איז מתפלל ביים ציון פון הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זי"ע מיט וועם דער רב איז געוועהן גאר נאנט פון די יאהרן וואס דער קרעטשניפער רבי האט אנגעפירט זיין הויף אין קרית אתא.

Blog Image

די פריש אויסגעפלאסטערטע וועגן אין מירון לקראת ל"ג בעומר.

אב רחום: שיין בילד פון האד' מספינקא מיט א אייניקל א יתום וועם דער רבי טוט מגדל זיין ווי א געטרייע טאטע.

Blog Image

די ערשטע קרעינס אויפן שטח הבנייה פונעם בנין ביהמ"ד הגדול מרכז העולמי ישועות משה וויזניץ אין בני ברק וואו מען גרייט זיך צום נעקסטן שטאפל פון די בוי ארבעט.

Blog Image

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים אין א טעלעפאנישע שמועס מיט האדמו"ר מסקווירא וועלכער האט אריינגערופן בעת די שמחת הווארט פון בתו הכלה.

Blog Image

מה נורא המקום הזה: האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא רייסט איין לישועת הכלל והפרט אינעם אינעווייניגסטן טייל ביים ציון הק' פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.

Blog Image

הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא גאב"ד שומרי הדת אנטווערפען באזוכט די וואך ביי זיין שוועסטער קינד הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא גאב"ד ציריך שווייץ.

Blog Image

מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביים איבערגעבן דברי חיזוק פאר א גראפע אידן תושבי יאהאנעסבורג – אפריקע וואו דער גאון האט יאהרן לאנג געוואוינט און משמש געוועהן ברבנות.

Blog Image

התודה והברכה מטעם די מנהלי מוסדות התורה אין ניו יארק פאר העסקן הדגול ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו אסעבלימאן פון בארא פארק פאר זיין שתדלנות צו מבטל זיין די שרעקליכע גזירת החינוך.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00