הויפט בלאט באריכט פילע יתומים בחורי הישיבות פון בית שמש ביי זעלטענע צוזאמקום פאררופן דורך בארימטע "ממלכת צדקה וחסד לחמי מרדכי"

פילע יתומים בחורי הישיבות פון בית שמש ביי זעלטענע צוזאמקום פאררופן דורך בארימטע "ממלכת צדקה וחסד לחמי מרדכי"

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • י' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

דעם פארלאפענעם ימי בין הזמנים העבר עלינו לטובה, בפרוס ימי חג הפסח, האבן זיך פארזאמלט תחת קורת גג אחד מיט א זעלטענע פאראייניגונג צענדליגער יתומים בחורי הישיבות פון שטאט בית שמש, וועלכע זייערע שטיבער ווערן געשטיצט באופן קביעות דורך די וועלט בארימטע "ממלכת צדקה וחסד לחמי מרדכי" בנשיאות הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בעל דרך אמונה, וועלכע פארפיגט אויף אזויפיל מעשי צדקה וחסד פאר הונדערטער משפחות אלמנות ויתומים פון ארה"ק במשך דעם גאנצע יאר במסירת נפש עצומה, זיכער צו מאכן אז די משפחות אלמנות ויתומים האבן אלע זייערע געברויכן בהרחבה גדולה פון אלע צוגעהערן.

ביים כינוס רבתי האט אויפגעטרעטן דער מגיד מישרים הרה"ג ר' אשר אנשיל שווארץ שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט מנועם שפתיו די געוואלדיגע זכי' צו קענען רעדן פאר אזעלכע בחורים וואס טראץ גייען דורך אזעלכע שוועריקייטן, אבער דאך שטערט דאס זיי בכלל נישט פון זייער טאג טעגליכע לעבן, און זיי גיייען אן בתורה ועבודה מתוך יראה הטהורה אומגעשטערט. ובתוך דבריו האט ער גאר שטארק אויסגערימט דעם נשיא המפעל הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א פון ניו יארק בעל דרך אמונה, וואס מיט זיין געוואלדיגע כח החסד שטייט ער גרייט מיט מסירת נפש ממש פאר אזויפיל הונדערטער משפחות אלמנות ויתומים שלא יחסר להם המזג ברוחניות ובגשמיות, און מען קען זיך צו אים ווענדן על כל פרט ופרט, און ער שטעלט א יעדעם צופרידן מיט די גרעסטע הרחבה גדולה וואס איז ממש צום באוואונדערן.

מיט גרויס התרגשות האבן די חשוב'ע בחורים מקבל געווען את פני הגאון רבי אלימלך קורנפעלד שליט"א גאב"ד רמה א' ורב קהלת הגר"א אין בית שמש, וואס האט זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא צו קומען באשיינען דעם געוואלדיגע מעמד, נאכדעם וואס דער רב שליט"א האט ספעציעל אראפגעריסן פון זיין טייערע צייט צו קענען אנטייל נעמען לכבודם פון די חשוב'ע בחורים. דער רב שליט"א וואס שטייט לימין המפעל מיום היווסדה ועל פיו יושק בעצה ובתושי', האט אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות לכבוד העם הנאספים, אז די חשוב'ע בחורים זאלן קענען שטייגן מעלה מעלה בג' עמודי עולם.

נאך די ווארימע דברי ברכה פונעם רב שליט"א זענען אלע בחורים אריבער דעם רב כבני מרון, ווי ער האט פארטיילט פאר אלע בחורים טייערע קיופאנ'ס אין די ווערד פון טויזענטער שקלים, וואס דאס איז צושטאנד געקומען דורכן ממלכת צדקה וחסד "לחמי מרדכי", וואס מיט דעם קענען די בחורים איינקויפן טייערע מלבושים, אריינגערעכענט קליידונג און היטן, לכבוד יום טוב פסח.

כלל ישראל באגריסט די געוואלדיגע פעולות לטובה פונען ריזן "ממלכת צדקה וחסד לחמי מרדכי" וועלכע פארפיפיגט אויף 540 יתומים תושבי עיר בית שמש, ביתר עילית, און צפת. וואס חוץ ממעשיהם החסד במשך דעם גאנצן יאר, איז דאס אויף גאר א העכערע שטאפל און אויף א אומשאצבארע פארנעם אין די טעג איידער די יום טוב פסח העעל"ט, ווען זיי לאזן זיך קאסטן אוצרות מיט געלט אריינצוברענגען א שמחת יום טוב אין די צובראכענע שטיבער וואס האבן ליידער נישט קיין משען ומענה, וואס אט די געוואלדיגע פעולות חובקות זרועות עולם רופט אויס גרויסע דאנקבארקייט ביי אלעמען צוגלייך!

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00