2
פרייטאג פ' טהרה • ד' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
פארגאנגענעם דינסטאג איז פארגעקומען אין בארא פארק די שמחת האירוסין לרגל די שידוך שליסן פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, א זוהן פון זיין איידעם הרה"צ רבי אלטר גלאנץ שליט"א עב"ג די כלה א טאכטער פון הגה"צ רבי יוסף מייזליש שליט"א אבד"ק אברכים נייפעסט. דער זיידע די סאטמארער רבי שליט"א האט געליינט די תנאים און עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דער מחותן הרה"צ רבי אלטר גלאנץ שליט"א. נאך די שמחה איז דער גאנצער ציבור, אינצווישן זיי פילע חסידי סאטמאר תושבי בארא פארק, פאריבער וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א, דער חתן און מחותנים.