הויפט בלאט באריכט שפאגל נייע שמחה זאל באנייעט אין רמת וויזניץ חיפה ביי מעמד חנוכת הבית אין שפיץ פון האד' מסערט וויזניץ

שפאגל נייע שמחה זאל באנייעט אין רמת וויזניץ חיפה ביי מעמד חנוכת הבית אין שפיץ פון האד' מסערט וויזניץ

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' ויקרא • ה' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

די וואך מאנטאג איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם פראכטפולן שמחה זאל אין רמת וויזניץ חיפה, וואו חסידי סערט וויזניץ וועלן קענען פראווענען זייערע שמחות מיט הרחבת הדעת דורכ'ן צושטעלן די שמחות פאר דראסטיש ביליגע פרייזן, אין איינקלאנג מיט די חתונה תקנות אין די קהילה.

די מעמד חנוכת הבית איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים און די תלמידי הישיבות. באלד ביים אנקומען אינעם זאל האט דער רבי קובע געוועהן א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג און דערנאך מכבד געוועהן דער נדבן הנגיד ר' אשר זעליז ראזנטאל הי"ו פון לאנדאן צו קלאפן א מזוזה.

נאכן קביעת מזוזות איז דער רבי שליט"א אריין אינעם זאל און זיך אומגעקוקט אויף אלע חלקים אינעווייניג און אויסדרויסן, און דאן מפאר געוועהן ביים מעמד חנוכת הבית רבתי, וואו דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש, בשבח פונעם חשובן נדבן און דברי זכרון אין אנדענק פון זיין חשובן פאטער הנגיד ר' יצחק ראזנטאל ז"ל וואס דער זאל איז נקראת על שמו ולזכרו. די רבי האט ארויסגעברענגט די תועלת פון אזא זאל צו פארגרינגערן פארן היימישן עולם בעת שמחת צאצאיהם.

דאן האט דער נדבן אויפגעטרעטן מיט א דרשה און דערביי באדאנקט דעם רבי'ן פארן ווידמען דעם נאמען פונעם זאל לזכרו פון זיין פאטער ע"ה, וואס איז בחיים חיותו געוועהן אדוק ומקושר לצדיקי בית סערט וויזניץ. צום שלוס פונעם מעמד האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן נדיב ובני משפחתו.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00