דאנערשטאג פ' בלק • י"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בחצר הקודש ראחמיסטריווקא איז אין די יעצטיגע טעג איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז די הילולא קמייתא פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל וועט אפגעראכטן ווערן אויף א ריזן פארנעם דעם קומענדיגן ער"ח אלול, זונטאג שופטים, אינעם גיגאנטישן אולם האדיר די "בעלזא זאל" אין שטאט בארא פארק.
די צענטראלע סעודת הילולא וועט אפגעראכטן ווערן בהתרגשות עצומה בראשות אלע ברידער כ"ק האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא שליט"א, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א בנו הגדול פונעם רבי'ן זצ"ל. במעמד אלפי ישראל חסידי ראחמיסטריווקא פון אומעטום און כלל תושבי עיר בארא פארק וועט מען מעלה זיין זכרון קדושים פונעם רבי'ן זצ"ל וצדיק מה פעל זיין הייליגע עבודה בג' עמודי עולם פארשיינענדיג די וועלט מיט זיין גרויס צדקות און פרישות.
נאכ'ן מעריך זיין די צענטראלע סעודת הילולא באתרא דמר, אין שטאט בארא פארק, בליל הילולא קדישא זונטאג נאכט, וועט צואמרגנס בעצם יומא דהילולא אפגעראכטן ווערן די יארצייט דורך די ברידער כ"ק אדמורי"ם בכל מקומות מושבותיהם, וועלכע וועלן במשך היום ארויפגיין אויפ'ן ציון הקדוש בראש קהל עדת צאן מרעיתם.
די פרטי וסדרי ההילולא ווערן יעצט אויסגעארבעט אינערהאלב די חצרות האדמורי"ם, און באזונדער קומען שוין פאר די העפטיגע הכנות פאר די צענטראלע סעודת הילולא באולם הגדול בעלזא וואס וועט אויסגעשטעלט ווערן ביז צו די מאקסימום צו קענען אקאמאדירן די מקהלות אלפי משתתפים.