נעכטן מיטוואך האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א מבקר חולה געוועהן ביי כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א לרפואה שלימה בבית בנו הרב שלום צבי סופר אין ירושלים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, די באיאנער רבי שליט"א האט דורש געווען בשלומו פונעם ערלויער רב זיך אינטרעסירנדיג איבער די מצב הבריאות, און מאציל געווען מברכותיו לרפואה שלימה במהרה.