הויפט בלאט באריכט עיני עמך בם תלויות: כלל ישראל'ס אויגן געוואנדן צום מעון הקודש פון האד' מראחמיסטריווקא לרפו"ש

עיני עמך בם תלויות: כלל ישראל'ס אויגן געוואנדן צום מעון הקודש פון האד' מראחמיסטריווקא לרפו"ש

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' שופטים – כ"ט אב תשפ"ג | קול בחצרות

די אויגן פון גאנץ כלל ישראל איז געוואנדן צום מעון הקודש פונעם זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לרפואה שלימה, וואו עס שטייען הונדערטער אידן פארזאמלט און זענען מתפלל פארן רבינ'ס געזונט, אין די צייט וואס די מצב הבריאות פון רבי'ן איז אין א גאר קריטישע צושטאנד.

חסידים ואנשי מעשה נוצן אויס די צייט צו מתפלל זיין פארן זקן צדיקי הדור, און טוען כל מה שביכלתם אויסצופועל'ן א ישועה פארן רבי'ן און פאר גאנץ כלל ישראל, אשר כל בית ישראל נשען על זכותו פונעם צדיק הדור. א ספעציעלע געלעגנהייט ווערט געגעבן פאר רבנים, מכובדים און אנשים חשובים אדורצוכגיין זיך וואונטשן און כאפן א בליק אויף די הייליגע צורה אין די צייט וואס די קינדער און אייניקלעך געפונען זיך ארום די בעט, זייענדיג מתפלל מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות.

דארט בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וואו פאר העכער פערציג יאר האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די עבודת הקודש און געדינט דעם אויבערשטן מיט אמונה און בטחון, שטייען פארזאמלט די בני המשפחה און חשובע רבנים.

כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, די דור זאל נאך האבן די זכיה אריינצוכאפן און שעפן פון דעם הייליגן אור.

Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00