כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א האט דעם שבת געוויילט אין עיה"ק צפת אויף אפרוה. ליל שישי איז די רבי אנגעקומען אויף א תפילה אין אתרא קדישא מירון, און ערב שבת איז דער רבי ארויף אויפן איר אלטן בית החיים אין עיה"ק צפת און פוקד געווען די ציונים הקדושים פון די צדיקים קדמונים און תלמידי בעל שם טוב הק' לענגאויס דעם בית עלמין.
שבת האט דער רבי געדאווענט די תפילות און אפגעראכטן שלש סעודות אין אלטן לעלובער ביהמ"ד אין צפת, וואו די רבי האט פארגעדאוונט קבלת שבת, מוסף, ראש חודש בענטשן, און געזאגט שלש סעודות תורה.
מוצאי שבת האט די רבי זיך באטייליגט ביים וועכענטליכן מלווה מלכה ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א, וואו דער רבי איז מכובד געווארן ביותרת הכבוד.