מאנטאג פ' בהעלתך • י"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
אין דער סקאליע הויף אין בארא פארק איז דעם שבת געפראוועט געווארן א שיינעם שבת של שמחה לכבוד די עלייה לתורה פון החתן בנש"ק בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, וואס וועט בשעטומ"צ גיין אונטער די חופה עב"ג די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אליעזר שטערנבוך שליט"א, זון פון הגה"צ ראב"ד אנטווערפן זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים יעקב טויבער שליט"א דומ"ץ באבוב.
שבת אינדערפרי וועט מען זיך צוזאמקומען באגלייטן דעם חתן ביים שטוב פונעם אבי החתן דער סקאליע רבי שליט"א, און ביים ליינען האט דער חתן האט געוועהן לתורה, נאכ'ן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער קידושא רבה, ביי וועלכן עס האט זיך אנגעזעהן א שטראם פון מאסן חסידים און תשובי העיר וואס זענען געקומען אפגעבן דעם ברכת מזל טוב און מקבל זיין מברכותיו פונעם רבי'ן בעת משוש ושמחת לבו.
נאך שלש סעודות בעידן רעווא דרעוויען האט נאכגעפאלגט די "שמחת הפארשפיל" ביי וועלכן מ'האט זיך משמח געוועהן בתופים ומחולות לכבוד החתן אלס הכנה צו די געהויבענע ימי השמחה פון די חתונה הגדולה.