הויפט בלאט נייעס חב לאחריני • טיש ל"ג בעומר אין באיאן וועט דאס יאהר נישט פארקומען אין מירון | באריכט

חב לאחריני • טיש ל"ג בעומר אין באיאן וועט דאס יאהר נישט פארקומען אין מירון | באריכט

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' אחרי קדושים – ד' אייר תשפ"ג

אויך דאס יאר ל"ג בעומר וועט ווי שוין באריכטעט דער באיאן'ער הדלקה זיין דער איינציגער הדלקה ביים ציון הק' אין מירון. אין א באגריסענדע שריט איז געמאלדן געווארן פון חצר הקודש באיאן אז צוליב די באגרעניצטע צאל מענטשן וואס וועלן זיך קענען געפינען אויף אמאל אויפן בארג, אין כדי נישט צו זיין קיין חב לאחריני וועט כ"ק האדמו"ר מבאיאן שליט"א דאס יאהר נישט פראווען דעם טיש ל"ג בעומר אין מירון, אנשטאט וועט דער טיש פארקומען צומארגנס ביום ל"ג בעומר אינעם גרויסן קלויז אין ירושלים כדי צו מאכן פלאץ פאר פרישע מתפללים צו קענען צוקומען צום ציון בליל ל"ג בעומר.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00